6} שט 8118016 ש|ס1וסטט 06הנת 1085 8161121מז פנ 1

ת00008110? 210166049 116114896

אל .1 אי יע 0 )

צ' 20 = 5 :

נזסס. 14016ס-10604100190םו 1ז0ס.1116טס-גופ100נץ//:פקןזזה

00002008 0(6049ז? 116116896 06 1 0

זסן ץ501611 סחזוחס 1066טסזט 15 01611601חז 1015 זס 010ז 60006‏ 101ס'זסחזווזסס זסי1 ץ|חס 56ט 01ח950זסק סחוששס11סן 406 01 פו 0001006 10096ט ,ספוו זסח}ס עחם

:05 0011זס

נזסס. 16ט14ס-10604100190םו

7000021100 01016049 116111296 סח 1 0

פיט 07

אי

2; 7

שיש 5 5

142

2 2

1 א פאאאיא אטא א

0064

אוושטיטט

ימל

אנד

אי יי אט

כוידעשזשורנא

טצרגאן פון שר+בערפארבאנד פון פססר

מ דערשײַנט פון 1961

:

פארלאג ,סאַװעטסקי פּיסאטעל" מאָס ק וו ע

אָקטיאבער

2םפן

777

2

2 77

//? 2

א

יו

באָריס סאנדלער. טרעפּלעך ארוף צו א נעס

(דערציילונג) קינסטלער נ. כאטשאטראן . . . . 4

וו ערגעליס. א הימן ליפּע העלער. דער מענטש: מארק ראזומני. רומבולער וואלך; אלעקסאנדער בעלאָוסאָװ. די לעצטע מינוט ‏ מענדל ליפ שיץ. עס איז קעדל; בוזי מילער. װענערע: יאָסל בוכבינ- ד ער. אף פרעמדע ערדן? דאָרע כײַקינע. מע קען פון דער זײַט ניט באמערקן אפילע; כאיִם בײדער. דער מעטעאָריט: מ אַ טל גאָלבשטיײין דער הירש . . + . . . . .

יויסעף ראבין. אניע -- אניעטשקע (דערציילונג).

קינסטלער ג. אינגער 4 + + + + + + 6 6 ,

ג רוּװומאן. דרי לעבנס; ב ר אָניע סינעלניקאָװע. די פאָף באָ ריס מאָגיל- נער. איך בין מעקאנע: מאקס ריאנט. אבי מיט דיר! הירש רעלעס. בא דער טרויעריקער װערבע: מישע מאָגילעװיטש. איך קאָן ניט פארגעסן. אװ ראָם קאצ עו צו די, װאָס מאכן א כורבן; מוישע פּענס. די קינדער פון די בערג;: לעו בערינסקי א סאָד: מישע לעמסטער. איך גלײב; פּיניע קיריטשאנסקי. ניט גרינג און ניט פּראָסט: מאָטל שטורמאן געלױבט זאָל זײַן װ עלװל טשערנין די בלעטער; יאנקעװו עלקיס. ואָלט איך זײַן א פאלנדיקער שטערן"; װועלװל װערניק. װען א קינד אין ויגל קװעלט: זיסי וו יי צ מאן. דער שלײַפער . . . + . . 6 .

אלעקסאנדער ליזען. שטערן הױדען זיך

(ראָמאן) קינסטלער י. קריװאָרוטשקאָ . . . .

רעזומע (רוסיש, ענגליש) 1 * .* * * * : .* * *

פון דער הײַנטצײַטיקער סאָװועטישער ייִדישער דיכטונג, פּיניע פּלאָטקין דער אלטער קאָמיסאר: א רן

49

55

פון דער הײַנטצײַטיקער סאָװועטישער ייַדישער דיכטונג כאיִם גורעוװויטט ש. קיין סיביר!: מאַָ טל

הויפּטירעדאקטאַר א. ווערגעליס רעדקאַלעגיע:

כ. ביידען1 (שטעלפארטרעטער פון הױיפּטירעדאקטאָר),

ש. גאַרדאָן, ט. גען,

נאָטע לוריע, ב. מאָגילנער, ב. מילער, ב, מעלאמת,,

ה. פּאַליאנקער,

י. שוסטען (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), ". שרײַבמאן

א ין די לעצטעיאָרן האָט ,סאָוועטיש היימלאנד" געווידמעט א רײ נומערן און טעמאטישע אָפּקלײַבן פארשיידענע זשאנרען פון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור. אכוץ די שוין ברייט באװוּסטע זשורנאל-ביכלעך, וועלכע זײַנען געווען ספּעציעל צונויפגעשטעלט פון דאָקומענטאלע פארצייכענונגען און רעפּאָרטאזשן, האָבן די לייענער באקומען טעמאטישע ציקלען, וועלכע גיבן א פאָרשטעלונג ועגן דעם צושטאנד, אפן הײַנטיקן עטאפ, פון אזעלכע זשאנרען, װי די דערציילונג, נאַוועלע, ליטע- ראטור-קריטיק.

אין הײַנטיקן נומער פון , סאַוועטיש היימלאנד" לייגן מיר פאַר דער אופמערקזאמקײַט פון די לייענער נײַע גרעסערע דעציילןו- גען פון סאָוועטישע ייִדישע פּראָזאיקער. דערבײַ איז דער אָפּקלײַב געפאלן אף פאָרשטייער פון דרײַ שעפערישע דוירעס: פונעם על" טערן (י. ראבין); פון דעם דאָר, וועלכער איז געקומען אין דער ייִדישער ליטעראטור אין די ערשטע יאָרן פון דער עקזיסטענץ פון ,סאָוועטיש היימלאנד" (א. ליזען); פון דעם ייַנגסטן, וועלכער האָט זיך באוויזן אף די זײַטן פון אונדזער זשורנאל אין מאַמענט, ווען ס'איז געשאפן געװאָרן די ייִדישע גרופּע אף די העכסטע לי" טערארישע קורסן פונעם אינסטיטוט אף מ. גאָרקיס נאָמען (ב. סאנדלער).

מיר פארעפנטלעכן אין הײַנטיקן נומער אויך אן אייגנארמי- קע ,אנטאָלאָגיע פון איין ליד"--א מין איבערוף פון די איצט טעטיקע אין אונדזער לאנד ייִדישע דיכטער, װי אויך אייניקע מוסטערן פון דער פּאָעטישער שאפונג פון לייענער,

8

בצריס פאנדלצר

טרעפּלעך ארוף צו א נעס

דער לייטער שטייט שוין בא דער וואנט. די לייטער-טרעפּלעך פירן ארוף, צום בוידעם, און איך דארף נאָר ארופקריכן, אָפּשפּארן דאָס טירל, װעט זיך עס באלד מיט א פארזשא- ווערטן סקריפּ אופמאכן, װי איינער רעדט: ,װער ביסטו, און װאָס האָסטו דאָ פארגעסן?".

איך בין א טאטנס א קינד, געבוירן געװאָרן אין 1950, אין בעלץ, און פארגעסן האָב איך דאָ, אפן בוידעם, מײַן קינדהײַט.

ס'איז מיר ווידעראמאָל פינף מיט א האלבן יאָר.

קימאט אונטערן דאך איז דורכגעשניטן א קליין, פירעקיק פענצטערל, דאָס איין-און- איינציק אויג פונעם בוידעם אין דרויסן ארויס. איך שטיי אף א בענקעלע און זע פון אָט דעם פענצטערל א גרויס שטיק הימל, און אונטערן הימל, װי אונטער א בלויער דעק, מײַן אייגענע קוזניעטשנע-גאס.

אָט איז דער װעג: א האָרבאטער מיט גרויע, צעשאַקלטע שטיינער, װי ציין בא א זאָקן אין מויל -- ס'איז אף דעם װעג א ראכמאָנעס צו קוקן. אָבער זומערצײַט, נאָך א גוטן רעגן,

4

ווען די גריבלעך פילן זיך אָן מיט וואסער, ווייס איך ניט, צי ס'איז ערגעץ דאַ נאָך א בע- סער אָרט, איידער אונדזער וועג. מיט די באַרװעסע פיס שפּאצירן איבער די קאליוזשעס, פילן װי צװישן די פינגער צעקריכט זיך די ווייכע, ווארעמע בלאָטע, איז פּאַשעט א פארגע- ניגן! עמעס, ניט טאָמיד פארענדיקט זיך עס גוט: עס טרעפט זיך, אז מע טרעט ארוף אף א שטיקל גלאָז צי אף א שארף שטיינדל... דעמלט דערמאָנען זיך דער מאמעס װערטער: ,כ'האָב דיר שוין, דאכט זיך, הונדערט מאָל געזאָגט: קריך ניט װוּהין מע דארף ניט!" נאָר מיילע, װאָס טוט מען ניט, קעדיי האָבן א ביסעלע פארגעניגן.

די קוזניעטשנע-גאס און נאָך עטלעכע גאסן רופט מען ,ראיאָן ציגײַנײַא'. פארװאָס ,ציגײַנײיא און ניט אנדערש, ווייס איך ניט. אָבער דער שאָכן אונדזערער, דער אלטער קאָליא בארביערו, דערציילט:

-- ..אמאָל, נאָך אין קייסערס צײַטן, איז אף דעם אָרט, װוּ מיר װוינען איצט, געווען א גרויסער טאָל, און אין די ערשטע ווארעמע טעג פלעגן זיך אהער אפן גאנצן זומער צו- נויפאָרן ציגײַנער. באטאָג האָבן זי זיך פארנומען מיט שמידערײַ, מיט הענדלערײַ און דער רועך ווייסט מיט װאָס נאָך. און באנאכט האָבן זיך געהערט אין טאָל זייערע ווילדע לידער און קװיטשערײַען. פרעגט ניט, ס'איז געווען פריילעך, ביפראט נאָך זייער אװעקפאָרן, ווען עס פלעגט זיך אנטדעקן, אז בא אייניקע זאכן, וועלכע מ'האָט געהאלטן אין הויף, זײַנען אויסגעוואקסן פיסלעך...

אלטע לײַט האָבן א וועלט מיט מײַסעס, די קינדער -- בלויז אן אָפענעם מויל, א פּאַר נײַגעריק-היספּײַלעסדיקע אייגעלעך און א גרויסן כיישעק אויסצוהערן אלע מײַסעס פון דער וועלט.

שטיין אפן בענקעלע און דערצו נאָך אף די שפּיץ פינגער איז מיר שװערלעך: עס הייבן גיך אָן וי טאָן די פיס. ס'איז מיר אָבער גענוג נאָר א קוק טאָן אפן רויטן, בלעכע- נעם דאך פונעם קלוב, וי איך פארגעס מיטאמאָל אין אלע ווייטעקן.

צוויי מאָל אין דער װאָך, דינסטיק און פרײַטיק, װײַזט מען אין קלוב קינאָ. אין די אנדערע טעג איז ער פארמאכט אף א גרויסן שלאָס. אָט די צוויי טעג זײַנען וי צוויי גרויסע יאָמטױװים. פון אינדערפרי אָן צעהענגט מען אף די טעלעגראף-סלופּעס, אף די פּלױטן און אף די װוענט פון די שטיבער די אפישעס, און שוין דעם גאנצן טאָג שטייען מיר פאר די אויגן די גרויסע, פון דער האנט אָנגעשריבענע, אויסיעס...

װײַבער גייען פונעם מארק. מע שטעלט זיך אָפּ. מע לייענט. מע ווארפט זיך דורך מיט א װאָרט:

-- , בראָדיאגא"?.. עפּעס א מאָדנער נאָמען...

-- װאָס רעדט איר, װאָס? ס איז אן אינדייסקי פילם!..

-- אינדייסקי?.. נו איז װאָס זשע?.. די װועלט קערט זיך שוין איבער?.

-- װאָס רעדט איר, װאָס? מיר האָבן שוין מיט מײַן מאן דעם פילם געזען!

-- נו, ס'איז דאָ װאָס צו זען?..

-- פרעגט ניט!.. כ'האָב זיך שוין גוט אָנגעװיינט...

נאָך לאנג פארן אָנהײיב שטעלט דער קינאָמעכאניקער, פעטער איליושע, ארויס אין דרויסן א גרויסן פירעקיקן קאסטן, וועלכן ער רופט , דינאמיק" און וועלכער רעװעט אף אזא הויכן קאָל, אז מע הערט אים, דאכט זיך, אין אנדערן עק שטאָט: , בעלא, בעלא דאָנא-א-א, דאָנא דאָראָגאיא...", און די מענטשן זאמלען זיך צונויף.

מײַן זיידע גייט קיינמאָל ניט אין קינאָ. ער זאָגט, אז מיט אָט דער-אָ ,קאטערינקץ" פארנארט דער פעטער איליושע דעם אוילעם אין קלוב ארײַן, און דאָרטן, זאָגט דער זיידע, פארמאָראָטשעט ער זיי דעם קאָפּ.

די באָבע איז מיטן זיידן ניט מאסקים. זי האלט, אז אין קינאַ װײַזט מען, װי מענטשן לעבן, מע זעט א װעלט, מע פארגעסט זיך א ביסל.

אונדזער קאָמפּאניע כעוורע דארף מען ניט ספּעציִעל פארנארן אין קלוב מיט דער ,קאטערינקע", װײַל מיר דרייען זיך דאָרט ארום נאָך פון באטאָג אָן. אָבער דאָס ארומדרייען זיך הייסט נאָך לאכלוטן ניט, אז מיר װעלן פארנעמען די בעסטע פּלעצער אין זאל. ערשטנס, איז עס אן אַװנטיקער סעאנס; צווייטנס, איז אף דער אפישע, אונטערן קעפּל פונעם פילם, שוין מיט קליינע אויסיעס אָנגעשריבן: קינדער ביז זעכצן יאָר -- דערלויבט זיך ניט!" און

5

2 יייקה. צוד. אָד דערװײַל שוואך, פארשטיי איך פונדעסטוועגן גוט, אז אָט די קליינינקע אויסיעלעך, הייסן א גרויסער פארבאָט..

אין רשר קיגדהײַט פארווערט מען אונדז א סאך זאכן. מע פארװערט, עפשער, נאָך מער, װי מע דערלויבט. אגעוו, אין יאפּאָניע דערלויבט מען די קינדער אלץ! און, ניט קוקנ- דיק אף דעם, זײַנען די יאפּאָנער די סאמע דערצויגענע מענטשן אין דער וועלט.

און דאָך גייט קיינער ניט אװועק. מע ווארט. און קעדיי גיכער אָפּשטופּן די צײַט, נע- מען מיר זיך צו דער ליאנגע.

,ליאנגע" -- איז אזא באזונדערע ייִנגלשע שפּיל. צוליב דעם, מע זאָל קאָנען אין איר שפּילן, דארף מען קױידעמקאָל האָבן א ליאנגע. זי, די ליאנגע, איז ענלעך אף א ציגן בערדל, צו וועלכן ס'איז מיט א דרעטל צוגעפעסטיקט א שטיקל בלײַ. צום באדויערן, איז אזא נוצַ- לעכע זאך, װי א ליאנגע, אין ערגעץ ניטאָ. אפילע בא סרועלן דעם שמאטעלאָטניק אין קעסטעלע, װוּ ס'איז, דאכט זיך, דאָ אלץ, װאָס דער נעשאָמע גלוסט זיך, האָב איך קײינמאָל קיין ליאנגע ניט געזען. און ווען כ'האָב פונדעסטוועגן א פרעג געטאָן סרועלן, צי ער האָט ניט קיין ליאנגע, האָט ער אף מיר א װאָרף געטאָן א שטרענגן בליק און, טשמאָקענדיק מיט די ליפּן, ארױיסגעכריפּעט:

--- קיין באָסיאצקע שפּילעכלעך זײַנען ניטאָ בא מיר!..

-- גיין איז ניין! גיט משן זיך אן אייצע, -= זאָגט מײַן זיידע.

אף צו מאכן א ליאנגע דארף מען ניט זײַן קיין גרויסער כאָכעם. וי כ'האָב שוין גע- זאָגט פריִער, דארף מען נאָר האָבן דרײַ זאכן: א שטיקל בלײַ, א שטיקל דרעטל און א שטיקל פוטער. בלײַ און דראָט האָב איך טייקעף געפונען, אָבער דאָס שטיקל פוטער איז מיר אָנגעקומען מיט גרימעניש.

נאָר גאָרניט. כ'האָב זיך געגעבן אן אײיצע!

דער זיידע האָט א גרויסן פוטערנעם פּעלץ. טראָגן טראָגט ער אים ווינציק-ווען, װײַל לויט דעם זיידנס ווערטער, איז דער פּעלץ שווער מיט רוכעס, און סאיז בעסער, זאָגט ער, באגיין זיך אָן אים, איידער מיט אים. האָב איך א טראכט געטאָן: פארװאָס זאָל אזא אויצער ליגן אין קאסטן און פוילן, ווען מע קאָן פון אָט דעם גאָלדענעם פּעלץ מאכן א וועלט מיט ליאנגעס.

יאָ. ס'האָבן זיך טאקע באקומען בא מיר אויסגעצייכנטע ליאנגעס, אָבער װאָס סאיז פאָרגעקומען שפּעטער, נאָך דעם, װי דער באָבען האָט זיך פּלוצעם פארגלוסט דעם שלי- מאזלדיקן פּעלץ דורכצולופטערן, װעל איך עפשער דערציילן אן אנדערס מאָל.

און דאָך האָב איך סײַװיסײַ ליב שפּילן אין ליאנגע. זען, װי זי טוט א שפּרונג אָפּ פון דײַן פוס, מאכט אינדערלופטן א , סאלטאָ-מאָרטאלע" און קערט זיך אום צוריק, איז פּאָשעט א פארגעניגן. און װאָס טוט מען ניט צוליב א ביסעלע פארגעניגן?!

דעם פעטער איליושעס דינאמיק זינגט שוין אויס זײַנס: מישקא, מישקא, גדיע טװאָיא אוליבקא?.. און מיר, די כעוורע, סטארען זיך אים איבערצושרײַען: מישקא, מישקא, גדיע טוואָיא סבערקניזשקא?..

דער פעטער איליושע שטייט בא דער טיר, האלט אין איין האנט א פּעקל בלויע בי- לעטן, און מיט דער אנדערער קלאפּט ער זיך איבער דער לײדיקער קעשענע. עס דארף הייסן: ,נישקאָשע, אינגיכן ועט זי זײַן פול!"

פון גאנץ ,ציגײַנײיא" קומען זיך צונויף מענטשן. װער עס טראָגט מיט זיך א בענקל, ער מיט א טאבורעטל -- מע באװאָרנט זיך אפריער מיט פּלעצער. מע גייט. מע לױיפט. הײַנט װעט ניט זײַן אין קלוב װוּהין א קנעפּל אראָפּצופאלן, װײַל הײַנט װײַזט מע דאָרטן אן אינדייסקי פילם.

די בילעטן שעמערירן באם פעטער איליושען אין די הענט, זײַן קעשענע בלאָזט זיך פּאמעלעך אָן, און מיר, די כעוורע, שטייען און קוקן ארוף, אף די גליקלעכע פּענעמער, וועל- כע ווייסן ניט פון קיין שום פארבאָט: זיי אינטערעסירן ניט די קליינע אויסיעלעך אף דער אפישע, זיי לייענען נאָר די גרויסע: הב ר אַ דיאגא".

אויס בילעטן. די טיר פארוקט זיך אינװייניק אף א רוקער, און דער קינאָפילם הייבט זיך אָן.

מיר ווארטן נאָך אלץ!

פונעם זאל הערן זיר קאַלערלײ אומבאקאנטע קלאנגען: מע זינגט..

מע רעדט..

מע לאכט...

אוי, רייצן זיי אונדז, די קישעפדיקע קלאנגען.. און פּלוצעם, דער לאנגדערווארטער געשריי:

-- סאפּאָזשניקי-י-י-י!!!

די טיר צעפּראלט זיך אף א װײַלע, און פונעם זאל גיט א זעץ א היץ. עס באװײַזן זיך רויטע, פארשוויצטע פּענעמער...

די לענטע האָט זיך, דאנקען גאָט, איבערגעריסן!

בעשאס דער קינאָמעכאניקער קלעפּט זי צונויף, זײַנען מיר שוין דאָרטן, אין זאל.

איך זיץ בא מײַן באָבען אף די קני און קוק באגלײַך מיט איר דעם באווסטן פילם ,בראָדיאגא". איך קוק און טראכט זיך: נו, װאָס איז אין דעם פילם אזוינס דאָ, פארװאָס מע לאָזט אהין ניט ארײַן קיין קינדער? מע קושט זיך אפילע ניט! פארקערט, װוי נאָר עס האלט באם קושן זיך, הייבט מען באלד אָן זינגען און טאנצן.

אײַ, זײַנען זי מאָדנע מענטשן, די דערוואקסענע!

דאָס בענקעלע גליטשט זיך ארויס פון אונטער די פיס... איך זיץ שוין אפן בוידעם. איין מאָל בין איך אזוי געפאלן, אז כ'האָב זיך אזש געמאכט אפן שטערן א בײַל. דעמלט האָט די באָבע מײַנע, אײַנקװעטשנדיק מיט א לעפל דעם בלויען בײַל, גענומען בא מיר דאָס װאָרט, אז מער װעל איך אפן בוידעם ניט קריכן און באם פענצטערל ניט שטיין..

יאָ, װאָס טוט מען אָבער, ווען דער בוידעם מאכט א ייַנגעלע א ביסעלע נעענטער צום הימל? וע קוקנדיק אין פענצטערל, װײַזט זיך אים אויס, אז ער איז גאָר ניט קיין ייַנגעלע, נאָר א פויגל, װאָס פליט איבער דער גאָרער װעלט, און די דאָזיקע וועלט הייבט זיך ערשט אָן אנטפּלעקן פאר אים, װײַל זי איז אין זײַנע אויגן אלט ניט מער װי פינף מיט א האלבן יאָר.

בישכיינעס מיט אונדז װוינט קאָפּל דער פּוצער. א גאנצן טאָג זיצט ער אף זײַן בענ- קעלע אין מארק און מיט צוויי גרויסע צעשויבערטע בערשט פּוצט עֶר שיך.

אינדערפרי, ווען קאָפּל דער פּוצער גייט אף דער ארבעט, שטיי איך בא אונדזער הויף- טירל און קוק אף אים ארויס.

-- אָ, שאַכנדל מײַנס, -- גיט ער א זינג אויס, -- א גוטמאָרגן דירו..

דער האלדז-קנאָפּ זײַנער טוט זיך עטלעכע מאָל א װאָרף אונטער זײַן טונקל-דינער הויט:

-- דיר איז גוט, דו האָסט צײַט, און איך דארף זיך אײַלן... סע ווארטן אף מיר די פארשמוציקטע שטיוול און שיך...

אָבער ויאזוי קאָפּל זאָל זיך ניט אײַלן, נעמט ער ארויס פון זײַן קעשענע אן אלטע צײַטונג, צונויפגעלייגט אין עטלעכע מאָל, רײַסט פון איר אָפּ א פירעקיק שטיקל פּאפּיר און באהאלט זי צוריק. דערנאָך קריכט ער מיט דער האנט ארײַן אין דער אנדערער קעשענע פון זײַנע אויסגעריבענע הויזן און נעמט זיך דאָרטן עפּעס זוכן. די פינגער נישטערן, און די קעשענע הייבט זיך אַן ווארפן אף-און-אוף. מע קאָן מיינען, אז בא אים אין דער קעשענע לויפט ארום א קליין מײַזעלע, װאָס לאָזט זיך ניט כאפּן פארן עקל. סאַפקאָלטאַף באװײַזט זיך קאָפּלס קולעק. ער איז אינגאנצן ארומגעקלעפּט מיט מאכאַרקע, וועלכע קאָפּל צעשפּרײט איבערן פאפּירל. פּאװאָלינקע פארדרייט קאָפּל זײַן מאָדנע ציגײַער. בעשאס ער טוט עס, שלינגט עֶר די סלינע און באלעקט זיך, װי א צופרידענער קאָטער. און אט קנוילט זיך שוין אין דער לופט א בלוי רויכל. קאָפּל גיט א פארצי און פארחוסט זיך,

-- אָך, איז זי הארב, די מאכאַרקע מײַנע, -- ברענגט קאָפּל הייזעריקלעך ארויס און װישט אָפּ מיט דער דלאָניע די ארױסגעטראָטענע טרערן אף זײַנע אױיגן, -- אָבער אף קיין שום פּאפּיראָסן-שמאפּיראָסן װעל איך מײַן קאָזיע נאַזשקע ניט פארבײַטן! א פּריוויטשקע פונעם פראָנט.

און קאָפּל גייט זיך װײַטער.

פארנאכט, נאָך דער ארבעט, כאפּט קאָפּל זיך ארײַן צום פעטער גרישען אהיים. דער פעטער גרישע האָט נאָך א צונאָמעניש ,נרוזין', װײַל אין גרוזיע װױנט זײַן אייגענער ברודער. דעם פעטער גרישעס שטוב שטייט אקוראט אנטקעגן קלוב, און װען אין קלוב װײַזט מען עפּעס א פילם, פארמאכט זיך ניט באם פעטער גרישען דאָס הויף-טירל. קימאט אלע מאנצבלען ,מערקן זיך" פריִער אָפּ בא גרישע-גרוזינען, און ערשט דערנאָר גייען זײי קוקן קינאָ. װאָס זשע הײיסט בא זיי ,זיך אָפּמערק"? דאָס הײיסט, אז בא גרישע-גרוזינען

7

קאָן מען טאָמיד געפינען א גוט גלעזל מאָלדאװישן װײַן און א געשמאק שטיקל פּאסטראמע אף צו פארבײַסן.

אָט טאקע בא דעם גרישע-גרוזינען פארהאלט זיך יעדן פארנאכט קאָפּל דער פּוצער. נאָך א פּאָר גלעזער װײַן צעבינדט זיך בא אים די צונג:

-- אָט בין איך, אשטייגער, א פּאָשעטער פּוצער אין מארק. מיינט איר, מיסטאמע, אז כוץ די פארשמוציקטע שטיוול און שיך זעט קאָפּל דער פּוצער גאָרנישט ניט? אוב אזי האָט איר א גרויסן טאָעס!..

קאָפּל שטייט אינמיטן דער גאס, שאָקלט זיך אין אלע זײַטן, און מיר, די כעוורע, רינג- לען אים ארום און הערן זיך צו מיט א געלעכטער צו זײַנע שיקערע רייד:

-- יעדן טאָג שווינדלען דורך פאר מײַנע אויגן הונדערטער פּענעמער: מע ראשט, מע רוישט, מע לעבט!.. דאָס איז, קינדערלעך, דאָס סאמע גלאוונע -- מענטשן זאָלן פילן, או זײ לעבן,, לעבן.

לעבן האָט קאָפּל דער פּוצער געלעבט איינער אליין. קיין מישפּאָכע האָט ער ניט גע" האט, און אפילע די מומע ריווקע, װאָס האָט וועגן יעדן מענטשן פון אונדזער גאס געװוסט אזויפיל און נאָך א ביסל, האָט װעגן קאָפּלען געקאָנט דערציילן ניט מער װי אנדערע װײַ- בער, וועלכע פלעגן זיך אויסזעצן פארנאכט אף א פּריזבע און פלעכטן א מײַסע:

-- קאָפּל דער פּוצער?.. נעבעך עלנט, וי גאָט!..

-- אויסגעשווארצט און אויסגעטריקנט!..

-- אָבער א נעשאָמע פארמאָגט ער א גאָלדענע!..

-- אלע זײַנען זיי גאָלדענע! קוקט אים בעסער אָן, שוין שיקער-לאָט!

איך קאַן ניט דערקלערן, פארװאָס איז מיר אזוי נייטיק יעדן טאָג זען קאָפּלס צע- קנייטשט פּאָנעם, װי איך קאָן ניט דערקלערן, פארװאָס זאָל איך עס טאקע ניט זען. אזי אָדער אנדערש, נאָר מיט קאָפּלען איז מיר גוט. אין יענער צײַט, ווען מיר פארברענגען מיט אים איניינעם, הער איך אוף זײַן א קינד, און קאָפּל -- א דערוואקסענער.

אין איינעם אן אינדערפרי שטיי איך וי טאָמיד בא מײַן טירל און ווארט שױין אף קאָפּלס , גוטמאָרגן". ס'איז שוין צײַט, טראכט איך, ער זאָל זיך באװײַזן מיט זײַן קעסטעלע אפן אקסל. אָבער מע זעט אים ניט און מע הערט אים ניט! איך דריי זיך אהער, איך דריי זיך אהין און באמערק אליין ניט, װי כ'בלײַב שטיין בא קאָפּלס טיר. אויב איך בין שוין דאָ, קומט מיר אפן זינען, איז שוין קעדײַ ארײַנצוגײין צו אים אין שטוב. איך גיב א שטופּ די טיר -- זי איז אָפן. גיי איך זיך װײַטער. כ'באװײַז מאכן א פּאָר שפּאן. וי פּלוצעם פאר- מאכט זיך נאַך מיר די טיר און איך בלײַב שטיין אינמיטן דער פינצטערניש.. װאָס טוט מען דאָ? װוּהין זיך ווארפן? כאָטש נעם און שרײַ גוואלד.

ביכלאל האָב איך זייער מוירע געפינען זיך אליין אין א פינצטערן צימער. באלד שטעלט זיך מיר פאָר, װי פון אלע שפּארונעס הייבן אָן ארויסצוקריכן קאָלערלײ נעפעשלעך מיט פארדרייטע עקן, מיט שארפע ציין און נעגל, וועלכע װעלן מיך אָט-אָט א כאפּ טאָן פאר די פיס. און נאָך האָב איך זייער מוירע פאר דער , שווארצער האנט". דאָס איז א בא- זונדערע געשיכטע, וועלכע ס'האָט מיר בעסאָד פארטרויט כאיִם דער גרויסער. באנאכט, -- זאָגט ער, -- ווען אלע מענטשן שלאָפן, יאוועט זיך א שווארצע האנט און הייבט אָן שטיקן קליינע קינדער. נאָך דער מײַסע האָב איך עטלעכע נעכט ניט געקאַנט אנשלאָפן װערן וי נאָר איך פלעג פארמאכן די אויגן, אזוי האָב איך טייקעף דערזען פאר זיך די שווארצע האנט. זי איז געווען ענלעך אף א לאנגער שלאנג, נאָר אָנשטאָט א קאָפּ האָט די שלאנג געהאט דינע פינגער מיט שארפע נעגל. מיט א געשריי פלעג איך זיך אופכאפּן, אראָפּשפּרינ- גען פונעם בעטל און זיך א טראָג טאָן איבער דער שטוב, װוי א ווילדער צאפּ.

-- דעם קינד האָט מען געגעבן א גוט-אויג, -- האָב איך, װי פונעם שלאָף, געהערט דער באָבעס קאָל, -- אװוראָם, מע דארף אים אָפּשפּרעכן!..

נאָר ווען ס'איז ליכטיק, האָב איך פאר קיינעם קיין מוירע ניט!

און אָט שטיי איך בא קאָפּל דעם פּוצער אין דער היים, און כ'פיל, װי די אונטערשטע ליפּ מײַנע, הייבט אָן דריבנע אונטערציטערן. דאָס איז דער ערשטער סימען, אז אָט-אָ װעל איך זיך צעוויינען.

און דאָ דערהער איך דאָס באקאנטע הייזעריקע קעלעכל:

-- װער איז דאָרט?..

עס עפנט זיך אוף א טיר, און אף דער שװעל וואקסט אויס קאָפּל.

-- אָ, דאָס ביסטו, שאָכנדל? װאָס זשע שטייסטו אין דער פינצטערניש, קום ארײַן!..

פארשטייט זיך, אז לאנג בעטן האָט מיך קאָפּל ניט געדארפט. װי א פארטשמעליעטער, בין איך ארײַן צו אים אין צימער און געבליבן שטיין אין א ווינקעלע.

-- און איך ליג דאָ, -- זעצט פאָר קאָפּל, -- און טראכט: װער זאָל עס דאָרטן זײַן?

ער גייט צו צו זײַן שמאָלן, אײַזערנעם בעטל און, אזוי װי ער איז, אין די הויזן און אינעם העמד, זעצט ער זיך אפן בעטל אועק. די פּרוזשינעס אונטער אים גיבן שווער א קרעכץ, וי איינער רעדט: ,אוי, קוים װאָס איך לעב!"

בעשאס קאָפּל דערציילט מיר, װי נעכטן האָט ער בא גרישע-גרוזינען געכאפּט אן איבעריק ביסל, קוק איך זיך ארום:

פון אונטערן בעטל שײַנט זיך ארויס דעם פּוצערס קעסטעלע, לעבן פענצטער שטייט א גרויסער, לעפּישער טיש. איין פיסל? איז בא דעם טיש קירצער, און קעדיי דער טיש זאַל זיך ניט שאָקלען, איז אונטער דעם קורצן פיסל אונטערגעלייגט א שאכטל פון שיך-קרעם. איבער אן אָפענער פּושקע פיש-קאַנסערוון פּױזעט א שווארצע פליג מיט א רױט קעפּל, און אָט די פליג האָט גאָרניט מוירע זיך צעשנײַדן מיטן שארפן בלעכל דעם בויך...

-- װאָס זשע שטייסטו? -- גיט זיך א כאפּ קאָפּל און שטעלט מיר אונטער א הױיכן טאבורעט, -- איך װעל דיר זאָגן דעם עמעס, כ'האָב שוין פארגעסן, ויאזוי מע נעמט אוף געסט...

א װײַלע דרייט זיך קאַפּל איבערן צימער, און זוכט עפּעס מיט די אױיגן.

-- יאָ, ס'איז מיר אינגאנצן ארויס פונעם קאָפּ, -- זאָגט קאָפּל, און מיט דער דלאַניע גיט ער זיך א פּאטש איבערן שטערן, גלײַך װי ער האָט געװאָלט כאָטש עפּעס פארהאלטן פון דעם, װאָס ס'איז בא אים ארויס פונעם קאָפּ. -- אין קאָרידאָר שטייט בא מיר א סלוי ווארעניע...

און קאָפּל לאָזט זיך שוין לויפן אהין, װוּ איך בין נאָך ניט לאנג צוריק געשטאנען איינער אליין און פאר מוירע זיך געקראצט די פּיאטעס.

-- דו האָסט ליב ווארעניע? -- הערט זיך פונעם קאַרידאָרל. -- אלע קינדער, ווייס איך, האָבן ליב ווארעניע.

קאָפּל פּאָרעט זיך אין דער פינצטערניש, זוכט דעם סלוי ווארעניע, און איך באטראכט דערװײַל װײַטער זײַן צימער. דאָס לעמפּעלע אף דער סטעליע איז ענלעך אף א פארפויל- טער באר, װאָס װעט זיך אָט-אָט א וואלגער טאָן אף דער ערד. די װינקעלעך פון די װענט זײַנען פארצויגן מיט שפּינוועבס. עס װוּנדערט מיך, װאָס כוץ א קליינער פאָטאַגראפיע, וועלכע איז צוגענאָגלט איבער קאָפּלס געלעגער, זע איך מער גאָרנישט ניט אף די פּוסטע גרויע װענט. עפשער דערפאר טאקע האָט מיך די דאָזיקע פאַטאָגראפיע אזוי פארינטע- רעסירט...

-- נו, אָט, -- לויפט ארײַן קאָפּל, האלטנדיק אין די הענט א גלעזערנעם פארצוקערטן סלוי, -- באלד וועלן מיר מיט דיר עסן ווארעניע.

אָבער װאָס מיר ווארעניע און װער מיר ווארעניע, איך קאַן שוין פון דער פאַטאָגרא- פיע קיין אויג ניט אָפּרײַסן.

-- און דאָרט װער איז בא אײַך? -- פרעג איך בא קאָפּלען. -- דאָרטן, אף דער פאַ- טאָגראפיע?

קאָפּל שטעלט אוועק דעם סלוי אפן טיש, קערעװעט אויס דעם קאָפּ צו דער פאָטאָ- גראפיע און קוקט זיך אין איר אײַן א היפּשע װײַלע, קלוימערשט ער זעט זי אליין דאָס ערשטע מאַל.

-- א, דאָס איז מײַנער א באקאנטער..

א סאָלדאט מיט א פּילאָטקע אפן קאָפּ, מיט שמאָלע װאַנצעלעך און מיט א פּאַר שמיים- לענדיקע אויגן האָט געקוקט אף מיר פון אונטער זײַנע געדיכטע ברעמען.

אין שטוב איז שא-שטיל. מע הערט אפילע, װי די שווארצע פליג מיטן רויטן קעפּל זשומעט שוין איבערן פארצוקערטן סלוי ווארעניע...

-- יאָ-יאָ, שאָכנדל, -- צעלאכט זיך קאָפּל, -- דאָס בין איך, אין פיר-און-פערציקסטן יאָר, נאָכן האָספּיטאל...

,מילכאָמע* --

דאָס װאָרט האָט פאר אונדז, פאר די כעוורע, געהאט א באזונדערן באטײַט. עס פלעגט זיך צעגיין אין מויל, װי א זיס צוקערקעלע...

,מילכאָמע" --

ס'איז דען געווען א בעסערע שפּיל?! װוּ א שטעקן -- שיסט ער! מע דארף נאָר אויס- שרײַען: , טררא-טא-טא-טא!" איינער פאלט א פארווונדעטער, דער אנדערער -- א דערהארגע- טער... ס'איז גענוג אָבער נאָר צו דערהערן דער מאמעס: ,גענוג!.. מארש אהיים!', וי צו דער ,, מילכאָמע" נעמט באלד א סאָף. דער פארווונדעטער ווערט מיטאמאָל געזונט, און דער דערהארגעטער -- לעבעדיק.

אָט װאָס ס'האָט פאר אונדז דעמלט געהייסן ,,מילכאָמע".

קאָפּל זיצט אפן עק בעטל, פארדרייט זײַן , קאָזיע נאָזשקע" און דערציילט שטיל, װי פאר זיך אליין;

-- ... געלעבט האָבן מיר פאר דער מילכאָמע אין באלטע. סאיז דאָ אזא שטעטל אף דער וועלט, באלטע. געלעבט, געארבעט, געכאַװעט קינדער. מיט מײַן זינאָטשקען האָבן מיר געהאט קיין אײַנהאָרע, דרײַ קינדערלעך: דאָרע, מאניע און ליאָװועלע...

קאָפּל פארייכערט זײַן ציגײַער. מיט דער שפּיץ צונג שטופּט ער ארויס פונעם מויל א ברעקל מאכאָרקע און דערמאָנט זיך װײַטער;

-- געלעבט, הייסט עס, און געפרייט זיך מיטן לעבן. און ס'איז טאקע געװען פון װאָס זיך צו פרייען. די עלטערע טאָכטער מײַנע, דאָרעלע, האָט שוין געהאלטן באם פאר- ענדיקן דעם אכטן קלאס, מאניעטשקע -- דעם פינפטן, און ליאָװועלע, דער מיזיניק מײַנער, האָט שוין געדארפט גיין אין יענעם יאָר אין שקאָלע... אָבער די מילכאָמע... אוי, די וויסטע מילכאָמע...

קאָפּל װוערט אנשוויגן. דאָס אומרויקע ביינדל אף זײַן דארן האלדז בלײַבט שטיין אינ- מיטן גאָרגל, און עס דאכט זיך, אז באלד װעט זיך קאָפּל דערפון ווארגן. ער גיט אָבער טיף-טיף א פארצי דעם ציגײַער, פארהוסט זיך און דאָס ביינדל הייבט בא אים ווידעראמאָל אָן ווארפן זיך איבערן האלדז.

-- אוי, איז זי הארב, די מאכאָרקע מײַנע... א פּריויטשקע פונעם פראָנט..

מיט דער האנט צעטרײַבט קאָפּל דעם רויך, און איך זע, װי איבער זײַן פּאָנעם צע- שײַנט זיך א ווארעמער שמייכל, פּונקט אזעלכער װי אף דער פאָטאָגראפיע.

-- דו ווייסט, -- זאָגט ער, -- איך בין דאָך געװען א ראזוועדטשיק... איינמאָל, גע- דענקט זיך, האָבן מיר מיט די כעוורע געבראכט אין שטאב א ג;יאזיק", גענומען, הייסט עס, אין פּלען א דײַטשישן אָפיצער. דאָס איז געווען א הויכער מאָגערער פריץ, װי איצט זע איך אים פאר די אויגן. פון שרעק האָט מיט אים געװאָרפן און געשוידערט, און נאָר צוויי ווער- טער האָט מען פון אים געהערט: , היטלער קאפּוט!". דאָס איז שוין געווען נאָך דער סטא- לינגראדער ביטווע, ווען די פאשיסטן האָבן געכאפּט פון אונדז א גוטן נעריק. נו אָט, שטייט ער, הייסט עס, אזוי און ציטערט, און מײַן קאָמאנדיר ווענדט זיך צו מיר: ,טאָװארישטש סערזשאנט, מע זאָגט, אז ייִדיש און דײַטש זײַנען קימאט וי איין שפּראך. עפשער, -- זאָגט ער, -- װאָלט איר דעם אָפיצער געשטעלט א פּאָר פראגעס?" אז מע דארף, ענטפער איך, דארף מען! און אליין טראכט איך צו זיך: כװואָלט בעפיירעש מיט מער כיישעק אָט דעם פריץ צוגעשטעלט צו דער וואנט. און פונדעסטוועגן, גיב איך אים א פרעג אף ייִדיש: ,לעבן ווילסטו? א שווארץ יאָר אף דיר!" האווקעט ער ווידעראמאָל אויס: ,היטלער קאפּוט!" פאר- שטייט, זאראזע. פרעג איך װײַטער: אזוי און אזוי, װער ביסטו? פונוואנען ביסטו?.. הייבט ער אָן פּלוצעם שיטן מיט װוערטער אָן אן אופהער... ,נו, -- פרעגט שוין בא מיר דער קאָ-

מאנדיר, ווען דער פאשיסט נעמט סאָפקאָלסאָף אײַן א פּאָרציע שטומעניש, -- װאָס האָט ער געזאָגט?" ער האָט געזאָגט, -- הייב איך זיך אָן צו קנייטשן, -- ער האָט געזאָגט, אז היטלער איז קאפּוט! , דאָס האָב איך אָן דיר פארשטאנען! -- רופט זיך אָן מײַן קאָמאנדיר. -- װאָס האָט ער געזאָגט װײַטער?" װײַטער? -- פרעג איך איבער, -- כזאָל אזוי וויסן פון צאָרעס, איך האָב אליין קיין װאָרט ניט פארשטאנען. די פאשיסטן האָבן די גאנצע שפּראך אונדזערע איסקאליעטשעט!..

קאָפּל צעלאכט זיך. איך לאך איניינעם מיט אים.

-- און װײַטער װאָס איז געווען?

-- װײַטער? -- כאזערט שטיל איבער קאָפּל און װוערט מיטאמאָל ערנסטער. -- װײַ- טער בין איך געווען קאַנטוזיעט, קימאט א יאָר צײַט געלעגן אין האָספּיטאל... מילכאָמע, שאָכנדל, איז א געפערלעכע זאך!.. גאָט זאָל דיך אָפּהיטן פון אזא אומגליק!

דער רויך פונעם ציגײַער האָט געשװועבט איבער אונדזערע קעפּ, װי א שווערע כמא- רע. עס האָט זיך געדאכט, אז אָט-אָט װעט אָנהייבן גיסן א רעגן, א ביטערער און א האר- בער, װי קאָפּלס מאכאָרקע.

-- נאָכן האָספּיטאל האָט מען מיך דעמאָביליזירט. די קאַנטוזיע, װי עס האָט זיך אויסגעלאָזט, איז געווען צו א שװערע. בין איך געפאָרן אהיים. װוּהין נאָך זאָל פאָרן א סאַלדאט, ווען די מילכאָמע האָט זיך שוין פאר אים פארענדיקט?.. אָבער קיין היים איז שוין בא מיר ניט געווען... אויס היים... אויס מישפּאָכע...

-- װאָס הייסט, , אויס"?

-- דאָס הייסט, שאָכנדל, אז די גאנצע מישפּאָכע מײַנע האָבן די פאשיסטן אומגע- בראכט... דערשאָסן אין געטאָ...

פון קאָפּלס , קאָזיע נאָזשקע" איז שוין קימאט גאָרנישט ניט פארבליבן, בלויז א רויט קײַלעכל האָט נאָך קוים געטליִעט באם סאמע מויל, געבריט זײַנע ליפּן. אָבער קאָפּל דער פּוצער האָט, דאכט זיך, דעם ווייטעק ניט געפילט.

באנאכט האָט זיך מיר געכאָלעמט, װי קאָפּל זיצט אױבנאָן בא זײַן לעפּישן טיש און איניינעם מיט אים זיצן זײַנע קינדער: מאניע, דאָרע און ליאָװעלע. אינמיטן טיש שטייט דער פארצוקערטער סלוי, און די קינדער זײַנע קוויקן זיך. זייערע פּענעמלעך זײַנען שוין אינ- גאנצן פארשמירט מיט ווארעניע, קאָפּל אָבער זידלט זיי פאר דעם ניט, פארקערט, ער איז פון דעם אלעמען זייער צופרידן, און פון צײַט צו צײַט טוט ער שטילערהייט א זאָג: ,פאר- שטייט זיך, אלע קינדער האָבן ליב ווארעניע!..".

פון אינדערפרי אָן ביז פארנאכט טראָגט זיך איבער דער גאס א פריילעכע קלינגעריי: ,גדזין-גדזין, גדזין-גדזין..." דאָס ארבעטן בא זיך אין קוזניע צוויי ברידער, צוויי קאָװע- ליעס -- רוּוון און יאנקל.

וי א גרויסע, פּײַערשפּײַענדיקע בריע, שטייט אין דער קוזניע א האָרן, און לעבן אים אין לאנגע לעדערנע פארטעכער אפן הוילן פארשוויצטן לײַב, מיט שווערע האמערס אין די הענט פּאָרען זיך צוויי גיבוירים.

אין איינעם א טאָג שטעל איך זיך ארײַן צו די ברידער אין קוזניע. אין דער נאָז גיט טייקעף א זעץ א שארפער רייעך, װאָס איז אָנגעזאפּט מיט אויסגעברענטע קילן אָנגע- גליטן אײַזן און מיט מענטשלעכן שווייס. די אויגן צעלויפן זיך בא מיר אין אלע זײַטן.

-- װאָס מאכסטו, ייִנגעלע? -- פרעגט דער פעטער רוּון.

אָבער אויסצוהערן מיך האָט ער ניט קיין צײַט. מיט א לאנגער אָפּצװענגע כאפּט ער אַז א שטיק אײַזן און שטופּט עס ארײַן אין די קוילן.

-- שפּילסט נאָך אף דײַן גארמאָשקע?.. קוק, מיר שפּילן אויך! -- און ער שרײַט שוין צום ברודער: -- אנו, יאנקל, דזי מעי! פריילעכס"! -- און דער ברודער זײַנער, יאנקל, גיט זיך א שפּײַ אף די דלאָניעס, גייט צו צו א ברייטן רימען, וועלכער איז צוגעפעסטיקט צום בלאָזזאק פונעם האָרן, און נעמט זיך שפּילן. מיט א פײַף צעציט זיך דער בלאָזזאק, די קוילן כאפּן דעם אָטעם און לעבן מיטאמאָל אוף. פּײַער-רויטע צינגלעך דרייען זיך, וויקלען זיך, פלעכטן זיך איבער און צעווארפן אין דער לופט גאנצע זשמעניעס פונקען..

-- הײַדא, הײַדא! -- שרײַט דער פעטער יאנקל אויס.

: דזי מעי (מאָלד.) -- טו א זאָג.

11

-- דזי מעי, דזי, -- האלט אים אונטער זײַן ברודער, און מיט א פלינקער באוועגונג טוט עֶר דאָס צעגליטע שטיק אײַזן א טראָג איבער פונעם האָרן אף דער קאָוואדלע.

דער פעטער יאנקל לאָזט אָפּ דעם רימען און נעמט זיך פארן גרויסן האמער.

== דזיןינדזין. הידאיהידא.. גרויגדדין,

די קאָװעליעס קלאפּן. דאָס אײַזן קלינגט. דער האמער טאנצט.

און אָט שיפּעט שוין דאָס שטיק אײַזן אין א דייזשע וואסער. די וואסער פּינעט, קאעסט זיך, זי װויל, דאכט זיך, דאָס שטיקל אײַזן אױסשפּײַען, אַבער עס העלפט איר גאַרניט. די וואסער בארויקט זיך פּאמעלעך און בלויז איינציקע בלאָטערלעך דרייען זיך נאָך אפן אוי- בערפלאך.

-- נו, װי געפעלט דיר אונדזער ,פריילעכס"? -- פרעגט בא מיר דער פעטער רוון און ווישט אָפּ מיט דער האנט דעם שווייס פונעם פּאָנעם.

אין דער צײַט נעמט דער פעטער יאנקל ארויס פון דער דייזשע א שיינע, זילבערנע פּאָדקאָווע און שטרעקט זי מיר אויס.

-- נא, ייִנגעלע! מענטשן זאָגן, אז א פּאַדקאָװע ברענגט מאזל! -- איך נעם בא אים די פּאָדקאָװע און דריק זי צו צו זיך. זי איז נאָך ווארעם און שמעקט מיט גלײַקע קילן און מיט שווייס. װײַזט אויס, אזוי שמעקט מאזל...

א באגליקטער, בין איך דעמלט ארויסגעלאָפן פון דער קוזניע. אין דרויסן איז געשטא- נען א גאָלדענער, זומערדיקער טאָג, און ס'האָט זיך געדאכט, אז די גאנצע וועלט באַמבלט זיך בא מיר אין בוזעם איניינעם מיטן אױסגעקאָװעטן שטיקל , מאזל"... אָבער ייִדישע מײַ- סעס, װי ס'האָט געזאָגט שאָלעם-אלייכעם, לאָזן זיך אויס, צומיינסטן, טרויעריק.

באם פארלאָזטן ברונעם, וועלכער שטייט לעבן בארביערוס הויף, פארהאלט איך זיך א װײַלע און כאפּ אָפּ דעם אָטעם.

די וואסער אין אָט דעם ברונעם איז שוין אינגאנצן פארשימלט, און פונעם שווארצן לאָך ציט טאַמיד א פארפוילטע נאסקײַט. שוין ניט איין מאָל האָט מען דעם ברונעם גע- װאָלט פארשיטן, ביפראט נאָך יענעם פאל, וען מײַן כאווער מוסיע איז אין אים שיר ניט ארײַנגעפאלן. דעמלט בין איך אן איבערגעשראָקענער צוגעלאָפן צו זײַן מאמען, דער מומע דװווירען, און אויסגעשאָסן:

-- איר ווייסט, אײַער מוסיע איז ארײַנגעפאלן אינעם ברונעם... שיר-שיר!..

אָבער דעם , שיר-שיר", האָט די מומע דוווירע שוין, דאכט זיך, ניט געהערט, װײַל זי האָט געהאלטן באם כאלעשן.

און פונדעסטוועגן שטייט ער זיך, דער ברונעם, אן אָפענער, וי פריער, און אין די ווארעמע פארנאכטן טראָגן זיך פון אים הילכיקע זשאבעס-קאָנצערטן. אָט בא דעם דאָזיקן ברונעם פארגלוסט זיך מיר א קוק טאָן אף מײַן שיינער פּאָדקאָװע. איך בין שוין גרייט זי ארויסצושלעפּן פונעם בוזעם, װי עמעצער גיט מיר א טאָרע באם אקסל און איך דערהער:

-- װאָס באהאלטסטו דאָרטן, װאָס?.. װײַז אהער!

איך דריי זיך אפגיך אויס און שטויס זיך אָן אין א גרויסן פּופּיק. מיט די הענט אין די קעשענעס, מיט א צעשפּיליעטן קראָק בא די הויזן שטייט אנטקעגן מיר דער פעטער ארן, זײַן אָפּגעבליאקעװעט העמדל איז אײַנגעטונקען אין הילצערנע סטרוזשקעס. פון א קליין קעשענקעלע קוקט ארויס א דימענטל, און פון הינטערן רעכטן איער זעט זיך אָן א שטיקל בלײַער. דער פעטער ארן איז א סטאָליער און א גלעזער. ווען איך זאָל אים ניט באגעגענען, האָט ער א צעקנייטשטן פארשלאָפענעם אויסזען. עס דאכט זיך, אז אפילע גייענדיקערהייט כאפּט ער אויך אמאָל א דרעמל. בלויז דעמלט, ווען דער פעטער ארן זעט עמעצן דורכגיין לעבן זיך, גיט ער מיט זײַנע צעפלאָסענע, בלויע ליפּן עפּעס בייזלעך א בורטשע.

די װײַבער אף דער פּריזבע פלעגן זאָגן:

-- ארן דער גלעזער?.. אן אָפּגעלאָזטע בריע!..

-- ער איז באלײידיקט, דאכט זיך, אף דער גאנצער װעלט!.

-- מיט אלעמען איז ער ניט צופרידן!..

-- יאָ, בא אים האָט גוטמאָרגן" די זעלבע װערט, װאָס , גיי אין דר'ערד ארײַן.

דעם פעטער ארנס רויטע, שלעפעריקע אייגעלעך קוקן איצט גלײַך אף מײַן בוזעם. -- װאָס האָסטו דאָרט, װאָס?.. יאָ, טראכט איך, פון אים װעל איך זיך שוין אזוי גרינג ניט אָפּטשעפּען. מיט דער האנט

7

קריך איך ארײַן צו זיך אין דער מײַקע און שלעפּ פון דאָרטן ארויס מײַן פּאָדקאָװע. דער פעטער ארן כאפּט זי ארויס בא מיר פון די הענט.

-- װוּ האָסטו דאָס אָפּגעװישט?

-- װאָס הייסט אָפּגעװישט"? -- פארשטיי איך אים עפּעס ניט. -- איר זעט דען אליין ניט, אז דאָס איז א פּאָדקאָװע?.. מענטשן זאָגן, אז א פּאָדקאָװע ברענגט מאזל!

-- פּסס, װער זאָגט? -- רופט זיך אָן דער פעטער ארן, און אליין באטראכט ער פון אלע זײַטן מײַן פּאָדקאָװוע. -- דול מיר ניט דעם קאָפּ! כ'פרעג בא דיר אף ייִדיש, װוּ האָסטו דאָס צוגעגאנוועט? א רועך אין דײַן טאטן ארײַן!..

איך פיל, װי די אונטערשטע ליפּ מײַנע הייבט אָן דריבנע ציטערן.

-- איך האָב די פּאָדקאָװע אין ערגעץ ניט צוגעגאנוועט... די קאַװעליעס האָבן זי מיר געשענקט...

די טרערן קײַקלען זיך מיר איבערן פּאַנעם.

-- װאָס רעוועסטו?.. מע שלאָגט דיך דען?.. און די קאָװעליעס זײַנען מיר אויך גרויסע כאכאָמים! א סמארקאטש גיבן זיי א שטיק אײַזן אף צו שפּילן זיך!..

און דער פעטער ארן איז שוין גרייט ארײַנצושטופּן מײַן פּאָדקאָווע צו זיך אין קעשענע.

-- װאָס טוט איר?. גיט מיר אָפּ מײַן פּאָדקאָװע!.. ס'איז א מאטאַנע!..

-- װאָדען!.. מיט אָט דעם שטיקל אײַזז װעסטו נאָך עמעצן צעלעכערן דעם קאָפּן..

איך הער שוין אָבער גאָרניט. איך זע נאָר, וי די גראָבע, קורצע פינגער דעם גלעזערס פּאָרען זיך בא זײַן קעשענע: שטופּן ארײַן מײַן פּאָדקאָװע, מײַן מאטאַנע...

-- קערט זי מיר אום... איך בין ניט קיין גאנעוו!.. איר... איר זענט אליין א גאנעוו!.

-- אך, בײַסטרוק! -- שרײַט אויס דער גלעזער און גיט א שלײַדער מײַן זילבערנע פּאָדקאָווע אין דער שווארצער טיף פונעם ברונעם...

אזוי איז אין יענעם זומערדיקן טאָג דערטרונקען געװאָרן מײַן קורצװײַליק שטיקל ,מאזל",

בא אָסקאר אוײַלדן איז דאָ אן אױסדרוק, אז ביז פינף יאָר דערציט מען אונדז און פון פינף יאָר הייבן מיר אָן אונדזערע דערציִערס מישפּעטן.

א פאראדאַקס, יאָל!

דאכט זיך, אז ס'איז שוין געקומען די צײַט דערציילן אויך װעגן אונדזער שטוב, װײַל ווען עס װאָלט ניט געווען אונדזער שטוב, װאָלט איך אוואדע ניט געהאט קיין בוידעם. און ווער װאָלט איך דעמלט געווען, אַן א בוידעם?

קימאט יעדן זומער מאכן מיר די שטוב איבער. אלץ הייבט זיך אָן פונעם װאָרט ,רע- מאָנט".

-- רעמאָנט! די װענט שיטן זיך שוין!.. די הרובע רויכערט!.. דער דאך רינט!.. דער פּאָל סקריפּעט!..

און דאָס דאָזיקע װאָרט ע מ אָ נט" קלינגט שוין װי װ א ל דוי"

דער הױיפּט-בוער איז בא אונדז אין דער מישפּאָכע די מאמע. דאָס הייסט נאָך ניט, אז די מאמע בויט עפּעס אליין. ניין! זי פארקאָכט די גאנצע רעמאָנט-קאשע, און צעכליאָבען צעכליאָבעט זי דער טאטע. נאָר װינטערצײַט רעדט זיר דער טאטע צונויף מיט די באלמע- לאָכעס: מיט די צוויי ציגײַנערטעס, וועלכע וװעלן שמירן די װוענט, מיטן קוימענקערער, דעם פעטער מאָטלען, און מיטן סטאַליער ,אגרעס".

אגרעס" -- איז מײַן מאמעס בען-איר. זי קען אים נאָך פון מארקולעשטס צײַטן, װוּ זיי האָבן געלעבט נאָך פאר דער מילכאָמע. און אין מארקולעשט, זאָגט די באָבע, האָט יעדער מענטש געהאט זײַן אייגענעם צונאַמעניש.

;אגרעס" באװײַזט נאָר איבערצוטרעטן די שװעל, װי די באָבע מיטן זיידן גיבן בא אים באלד א פרעג:

-- דו געדענקסט נאָך, אגרעס, אונדזער שטעטעלע?..

-- גאָט איז מיט אײַך! מע קאָן עס דען פארגעסן?!

בעשאס זיי רעדן, שטיי איך אין א זײַט, הער זיך צו צו זייער שמועס און פּאװאָלינקע הייבט זיך מיר אָן אױיסװײַזן, אז כ'האָב אויך איניינעם מיט זיי געלעבט אמאָל אינעם שטע- טעלע מארקולעשט, אז איך קען גוט סײַ יאנקל דעם קרומען, סײַ מייער דעם רױטן, סײַ לייקע-סאָרקע די שטינקערן. איך קען זיי אלע, כאָטש כ'בין קיינמאָל אין מארקולעשט ניט געווען און יענע מענטשן אפילע אין די אויגן ניט געזען..

13

,בעסאראבער ייַדישע שטעטעלעך" --

וויפל מאָל אין טאָג האָט מען אײַך דערמאָנט?: מיט א שמייכעלע און מיט א זיפץ, און בא יעדן איינעם -- א באזונדערס, דאָס בעסטע אין דער װעלט! אײַערע נעמען פלעגן ארויספליען פונעם מויל און זיך טראָגן אין דער לופט, װי געלע, געפאלענע בלעטער אין סאָף הארבסט.

,;בעסאראבער ייִדישע שטעטעלעך" --

איר לעבט נאָך ביז הײַנט-צו-טאָג: אין זיקאָרן, אין הארצן, אין די אייגנארטיקע ווערט- לעך, וװויצן, געשיכטעס, מיט אייגענע כאכאָמים און אייגענע מעשוגאַיִם.-.

.. מארקולעשטער, ראשקעווער, אוריעװוער, אָטעקער, טעלענעשטער..

;אגרעס" איז געווען פון דעם סאָרט סטאָליערס, װאָס דאָס ערשטע זעגן זיי, און ערשט דערנאָך -- מעסטן זיי. אָפּטמאָל פלעגט מען פון אים הערן:

-- סאיז קירצער? װעל איך צושטוקעווען א שטיקל!.. ס'איז לענגער -- װעל איך אָפּשנײַדן! איך בין דאָך א סטאָליער, און ניט, כאָלילע, קיין מױעל!..

דער אנדערער באלמעלאָכע, פעטער מאָטל, איז בעפיירעש געווען א גוטער קוימענ- קערער...

די װײַבער אף דער פּריזבע:

-- מאָטל דער קוימענקערער?.. א פּאַר גאָלדענע הענט פארמאָגט ער!.. -- איז יעדער הרובע לאָזט ער איבער זײַן שטיקל נעשאָמע!-

-- אָבער װאָס טוט מען מיטן טרינקען??-

-- יאָ. ער האָט ליב א ביסל מער ,ארײַנקוקן" אין פלעשל!..

אין יענע טעג, ווען דער פעטער מאָטל פלעגט אָפט ארײַנקוקן אין פלעשל, פלעגט ער זיך בא אונדז ניט באװײַזן, און די האלב-געליימטע הרובע איז, נעבער, עלנט געשטאנען און, דאכט זיך, געטראכט: , פארװאָס קומט עס מיר אזוי?" אָבער, ווען דער קוימענקערער פלעגט שוין יאָ קומען צו דער ארבעט, איז טאקע געווען אף װאָס א קוק צו טאָן.

די ציגל האָבן אין זײַנע הענט געמאכט אזעלכע , סאלטאָ-מאָרטאליעס", וועגן וועלכע יעדער ייִנגל מיט זײַן ליאנגע האָט נאָר געקאָנט טרוימען. דאָס העמערל זײַנס מיטן פּלא- טשיקן נעזל, װי בא א קאטשקע, האָט מאמעש אויסגעטאנצט אף יעדן ציגל א טשעטשאָטקע.

בעשאס דער קוימענקערער ארבעט, זינגט ער זיך אונטער א פריילעך לידעלע מיט עפּעס זייער קאַמישע װערטער: אין יאדי-דודי שירלי-מירלי יאם בים-באָם..." אף א װײַלע רײַסט ער זײַן לידעלע איבער, גיט א האק מיטן העמערל איבערן ציגל, צעשפּאלט אים און, באשמירנדיק אים מיט א ביסל לויזלעכער ליים, זינגט דער פעטער מאָטל װײַטער:, אין יאדי-דודי שירלי-מירלי יאם בים-באָם...".

איינמאָל, ווען דער זיידע האָט זיך נאָר אומגעקערט פון דער שול, גייט צו אים צו דער פעטער מאָטל און זאָגט:

-- אָט, ר' אװוראָם, איר זענט א פרומער ייָד. פארװאָס, װאָלט איך געװאָלט װיסן, זײַנען זיי אזוי נאריש?

== װער זיי? -- פארשטייט אים עפּעס ניט דער זיידע.

-- זיי, כ'מיין די װײַבער!..

פונעם צווייטן צימער שטופּט זיך ארויס , אגרעסעס" קאָפּ. איך שטעל אויך אונטער אן אויער.

-- אָט האָב איך, אשטייגער, הײַנטיקע נאכט געזען אזא מין כאָלעם, -- זאָגט דער פעטער מאַטל און פארוקט א ביסל אפן קאָפּ זײַן פארקויטיקט היטל. דערנאָך גיט ער זיך מיטן קליינעם פינגער געשמאק א קראץ און דערציילט װײַטער:

-- הייסט עס, פלי איך איבערן הימל, וי א מאלעך, און זע, װוי אף א װאָלקנדל זיצט באם טיש אן אלטיטשקער און טרינקט קאווע. פלי איך שוין צו צו אים און גיב אים א פרעג: ,וװוער זענט איר?" ,װאָס זשע, -- פרעגט ער מיך, -- דערקענסט מיך ניט?" איך קוק זיך צו אים צו, טו א הייב די אקסלען, און ער, דער אלטיטשקער, נעמט און גיט א זאָג: ,אײַ, ר' מאָטל, איך בין דאָך דײַן גאָט!.." בלײַב איך שטיין, װי א גוילעם. ,עס קאָן אזוינס ניט זײַן! -- שטאמל איך אויס, -- איר שפּילט מיט מיר א מיעסע שפּיל!" ,אוב אזוי, -- רופט ער זיך אָן, -- קום מיט מיר, װעל איך דיר עפּעס װײַזן!" און ער לאָזט זיך גיין. איך גיי אים נאָך, װי א הונט נאך א צויג...

15 14

-- ר' מאָטל, -- רײַסט אים איבער דער זיידע און טוט א װײַז אף מיר, -- שעמט זיך!..

-- נישקאָשע, נישקאָשע, הערט בעסער װײַטער! -- זאָגט דער פעטער מאַטל. -- הייסט עס, וויפל מיר זײַנען מיט אים געגאנגען, -- ווייס איך ניט, כ'האָב אפן זייגער ניט געקוקט, נאָר סאָפקאָלסאָף זײַנען מיר ארופגעקומען אף א גרויס פעלד. ,װאָס זשע איז דאָס?" -- פרעג איך בא מײַן אלטיטשקן. אָט דאָס איז דאָס הייליקע אָרט, -- זאָגט עֶר, -- אהער קומען צו פליִען נעכטיקן די נעשאָמעס.." ערשט דעמלט, נאָך די דאָזיקע װוערטער זײַנע, האָב איך באמערקט, וי דאָס פעלד איז אינגאנצן פארפלייצט מיט קעראָסין-לעמפּלעך...

-- װאָס גאָר מיט קעראָסין-לעמפּלעך? -- מישט זיך ארײַן ,אגרעס", װאָס שטייט שוין לעבן פעטער מאַטלען.

-- אָט, טאקע די זעלבע קאשע האָב איך געפרעגט בא דעם אלטיטשקן.

-- װאָס זשע האָט ער דיר געענטפערט?

-- האָב א ביסל געדולד! װאָס טרײַבסטו מיך אונטער, גלײַך װי כ'װאָלט געווען א פערד. נו, פרעג איך, הייסט עס, בא מײַן אלטיטשקן, װאָס זשע איז דאָס פאר א לעמפּלעך? זאָגט ער מיר: , דאָס, זון מײַנער, זײַנען אײַערע נעשאָמעס: יעדעס לעמפּל -- א נעשאָמע פון א מענטשן". , פארװאָס זשע, -- פרעג איך בא אים די צווייטע קאשע, -- ברענט אין איי- ניקע לעמפּלעך דער קנויט, און אין אנדערע האָט ער זיך שוין פארלאָשן?". ,ע, טײַערינקער,-- גיט ער א צי אויס מיט א שמייכעלע, -- אין דעם איז טאקע דער סאמע איקער. יענע לעמפּ- לעך, וועלכע ברענען נאָך, זײַנען די נעשאָמעס פון די לעבעדיקע מענטשן, און יענע לעמפּ- לעך, װאָס האָבן זיך שוין פארלאָשן.." ערשט דאָ האָב איך פארשטאנען, מיט װעמען איך האנדל..,

-- ר' מאָטל, -- שלאָגט אים איבער דער זיידע, -- װאָס רעדט איר אזוינס? וי קאָן מען דען זען גאָט?.. -- און דאָס פּאַנעם װערט בא אים רויטלעך.

-- נישקאָשע, נישקאָשע, ר' אווראָם, ס'איז דאָך ניט מער וי א כאַלעם. הערט בעסער װײַטער. דערהערנדיק אזא זאך, איז מיך, פארשטייט זיך, באפאלן א שרעק. כ'פיל, װי די קני בא מיר הייבן אָן ציטערן, אָבער איך נעם זיך פּאװאָלינקע אין די הענט און זאָג: , גאַ- טעניו, אויב סאיז מיר באשערט געווען זיך באגעגענען מיט דיר, טאָ זײַ זיך מאטריעך און װײַז מיר אָן מײַן לעמפּל און דאָס לעמפּל פון מײַן װײַב'. ,אָט! -- גיט ער א טײַט מיטן פינגער אף א העל-ברענענדיקן לאָמפּ, -- אָט איז דײַן נעשאָמע, און אָט יענץ קליינע לעמ- פּעלע, װאָס עס שטייט לעבן דײַנע פיס, איז דײַן װײַבס נעשאָמע". איך גיב א קוק אף מײַן מאלקעלעס נעשאָמקעלע און עס װערט מיר פינצטער אין די אויגן: אָט-אָט, זע איך, װעט זיך דער קנויט אין איר לעמפּל פארלעשן. ,ריבוינע! -- רײַסט זיך ארויס א געשריי פון מײַן הארצן, -- גאָטעניו, טאטעניו, איך זע, אז דאָ, אפן הימל, זײַנען די געשעפטן דײַנע ניט בעסער, װי אף דער ערד! װי קאַנסטו דערלאָזן, אז איך, א שיקער, א פארפאלענער מענטש, זאָל לעבן װײַטער, און א הייליקע נעשאָמע, א מוטער פון דרײַ קינדער, זאָל הײַנט- מאָרגן שטארבן?!.

-- אײַ, ביסטו א מאָלאָדיעץ! -- גיט פּלוצעם א שרײַ אויס ,אגרעס", -- גלײַך האָסטו געטאָן! אזוי קומט אים!..

-- אוז דאָ זע איך, -- דערציילט װײַטער דער פעטער מאָטל, -- װי גאָט קערעוועט אויס זײַן קאָפּ אין א זײַט. מײַנע ווערטער האָבן אים, װײַזט אויס, גערירט. און אין דער זעלבער רעגע קומט מיר א געדאנק אין קאָפּ ארײַן: מע דארף, טראכט איך, קאָלזמאן ער זעט ניט, דערגיסן דאָס לעמפּל. און אזויווי קיין קעראָסין איז בא מיר ניט געװען, גיב איך א צעשפּיליע די הויזן...

-- שוין! גענוג! -- שיסט אויס מײַן זיידע. -- דאָס איז שוין, ר' מאָטל, א מיִעסקײַט... א ביזאָיען!.. -- און דער זיידע לויפט אוועק.

-- נו, אָט! -- שטייט שוין א צעמישטער דער קוימענקערער, -- ר' אװוראָם האָט זיך, דאכט זיך, באליידיקט אף מיר... גי ווייס... -- װאַס זשע איז דאָך געווען װײַטער? -- טאָרקעט אים אין אקסל ,אגרעס.. -- װײַטער!..

--- װײַטער, -- זעצט פאָר דער פעטער מאַטל שוין אָן כיישעק, --- װײַטער האָב איך זיך אופגעכאפּט פון מײַן מאלקעס שרײַען: ,װאָס טוסטו, גאזלען?.. א נארישע פרוי!.. איך בין גרייט צוליב איר אָפּנארן גאָט, פארלענגערן איר דאָס ביסל יאָרן, און זי...

,אגרעס" קאטשעט זיך פאר געלעכטער, כאפּט זיר פארן בויך, פאָכעט מיט די הענט, גלײַך וי ער װאָלט אויך געװאָלט ארופליען אין הימל..

15

-- און מוידע... -- קרייעט ער אויס פון צײַט צו צײַט, -- מוידע-אני האָסטו כאָטש הײַנט אינדערפרי געזאָגט?..

א דערשלאָגענער, גייט דער קוימענקערער שטילערהייט צו צו דער הרובע און נעמט ײך צו דער ארבעט. די ארבעט אָבער קלעפּט זיך ניט בא אים, און ס'הערט זיך שוין ניט זײַן פריילעך לידעלע..

און פארװאָס האָט זיך דער זיידע אזוי באליידיקט אפן פעטער מאָטלען? און פון װאָס איז אזוי פריילעך געװאָרן אגרעסן"?

יאָ. אינטערעסאנטע זאכן טרעפן זיך אמאָל מיט די דערוואקסענע!

ווען עס גייט דער רעמאַנט, דערקען איך ניט אונדזער הויף. דאָ און דאָרט ליגן בערגלעך ציגל, זאמד, קאלך, שטרוי...

אינמיטן הויף קנעט די ליים מיט באָרװעסע פיס א יונגע ציגײַנערטע. איך שטײ ניט װײַט פון איר און קוק זיך צו איר צו. די לאנגע שנירלעך קארעלן רינגלען עטלעכע מאָל ארום איר ברוינעם האלדז און צעפאלן זיך אף דער ברוסט. אין די אויערן באָמבלען זיך א פּאָר אוירינגלעך, ענלעכע אף צוויי הערצעלעך. דאָס קאָלערלײ פארביקע קליידל אירס איז איר אונטערגעקליבן פון ביידע זײַטן און פארשטעקט אין די לענדן. קוקנדיק אף דער יונגער ציגײַנערטע, האָב איך זיך דערמאָנט אין א שרעקלעכער געשיכטע, װי ציגײַנער האָבן צו- געגאנװעט א קליין קינד. די דאָזיקע געשיכטע האָב איך געהערט פונעם אלטן בארביערו. מיטאמאָל שטעלט זיך מיר פאָר אזא מין בילד: באנאכט, אלע שלאָפן און פּלוצעם טוט א סקריפּע אונדזער טיר. איך כאפּ זיך אוף פונעם שלאָף און זע, װי אין שטוב גאנװעט זיך ארײַן אָט די יונגע ציגײַנערטע, וועלכע קנעט איצט די ליים. זי גייט שטילערהיים צו צו מײַן בעטעלע און איך באמערק בא איר אין די הענט א גרויסע טאָרבע. איך יל א געשריי טאָן, און קאָן אָבער ניט: מײַן מויל איז װי מיט עפּעס אַנגעשטאָפּט. דער ציגײַנערטעס אויגן ברענען אין דער פינצטערניש, װי צוויי פּײַערלעך.. אָט-אָ ווארפט זי אף מיר ארוף די גרויסע טאָרבע...

-- מע בעיעטע, -- דערהער איך, -- װינאָ אינקאָאטשע.: אװוּהין, אין קויש?! װאָס פאר א קויש?" -- פארשטיי איך עס אף מײַן אויפן.

-- ...דיי אָליעקוצע דע אפּע!2 -- זאָגט זי װײַטער און, אָנװײַזנדיק מיטן פינגער אפן עמער וואסער, כאזערט די ציגײַנערטע איבער, -- א-פּע!

א צופרידענער, װאָס ניט מיך מיינט זי, דערלאנג איך איר דעם עמער וואסער. גרינג, מיט ביידע הענט הייבט זי דעם עמער אוף און טראָגט אים צו צום מויל. איך שטיי און קוק וי זי טרינקט. דער עמער פארשטעלט מיר איר פּאָנעם, איך זע נאָר די סמאָלעץ-שווארצע געקרײַזלטע האָר אירע, װאָס שטעקן ארויס פון אונטער דער רויטער פאטשיילע.

-- גוסטאָאסע אפּע: -- שטעלט זי אװעק דעם עמער אף דער ערד. װען זי ביגט זיך אָן, באגעגענען מיר זיך מיט די אויגן. אזעלכע גרויסע שווארצע אוגן, טראכט איך, טאקע יאָ, װי צוויי ברענענדיקע קוילעכלעך!.. און פּלוצעם גיט די ציגײַנערטע א פּליסקע אף מיר די וואסער..

איך װער נאס פון קאָפּ ביז די פיס. איך פיל, װי עס בריִען די קאלטע טראָפּנס, רינען מיר איבערן האלדז, איבערן לײַב... און זי, די ציגײַנערטע, קײַכט פאר געלעכטער.

-- אײַ, בעיעטע! -- הער איך נאָר דאָס איין-און-איינציקע װאָרט, -- אײַ, בעיעטע!.. -- איך שטיי א געפּלעפטער און ווייס אליין ניט: צי כ'זאָל זיך צעוויינען, צי כ'זאָל זיך צעלאכן!

די ציגײַנערטע פאריכט אין דער צײַט די רויטע פאטשיילע אפן קאָפּ און הייבט אָן זינגען. די ליים כליופּעט שוין װוידעראמאָל אונטער אירע באָרװעסע פיס, און זי זינגט:

-- לא מינדרוצא אין גרעדינע מיא פרינס דאָרול רעדעטשינע..

או-א, או-א! דאָדע, דאָדע!..

די ציגײַנערטע זינגט אזוי הארציק, מיט אזא שטארק געפיל, אז איך היב, דאכט זיך, אָן פארשטיין יעדעס װאָרט פון איר ליד... דאָס געזאנג שלאָגט אָבער באלד איבער א הייזעריק קאָל:

-- מאריטשיקא!.. מאריטשיקא!..

-- אקום, מאמע!..4

1 -- היי, ייַנגעלע, קום אהער! (מאָלד.). ?-- גיב מיר א טרונק וואסער! (מאָלד.). ? געשמאקע וואסער! (מאָלד.).

+ באלד, מאמע (מאָלד.).

1---8 16

,אָ, מאמע" -- דערהער איך דאָס גוט באקאנטע װאָרט. הײסט עס, מאמע קלינגט בא זײי, בא די ציגײַנער, פּונקט אזוי װי בא אונדז, בא ייִדן?! א װונדערלעכע זאך! מאמע איז, אפּאָנעם, שטענדיק א מאמע! עס קאַן דען זײַן אנדערשל!

פון דעם פריערדיקן פּאכעד איז שוין קיין סימען ניט פארבליבן. באלד, דאכט זיך, פלי איך אויך ארײַן מיט די פיס אין דער צעװוייקטער ליים און נעם זי קנעטן איניצעם מיט דער ציגײַנערטע... אַבער די באָבע רופט מיך שוין אהיים עסן אָנבײַסן, און איך מוז גיין..

דער זיידע זיצט שוין באם טיש און קויקט זיך מיט זײַן באליבטן צימעס, עס דאכט זיך, אז די גראַװע לאנגע באָרד זײַנע קװויקט זיך באגלײַך מיט אים. מײַן זיידן קען גאנץ בעלץ, װײַל מײַן זיידע איז א שויכעט און א מױיעל. יעדן אינדערפרי כאפּ איך זיך אוף פון זײַן דאוונען.

-- מוידע אני ליפאָנעכאָ כײַ װעקאיִם.. -- הערט זיך דעם זיידנס דין קעלעכל, און אליין שטייט ער שוין אן אײַנגעהילטער אין זײַן טאלעס און קוקט ארײַן אין א גראָבן צע- באָרשטן סייפער.

ווען מײַן זיידע דאוונט, איז ער זייער ענלעך אף א קישעפמאכער, ביפראט דעמלט, ווען ער בלאָזט שויפער. דער זיידע שטעלט דעם שויפער צו צום רעכטן ווינקעלע פונעם מויל, פארקלעמט אים מיט די ליפּן און גיט א בלאָז אויס: ,טא-א, טא-א, טא-טא-טא-טא! " - פּאַשעט אזוי, אף צו פארהערן זיך!

יעדן שאבעס גייט דער זיידע אין שוֹל ארײַן. האָב איך זיך איינמאָל פארטראכט: װאָס זשע איז עפּעס דאַרטן, אין דער שוֹל, אזוינס דאָ, װאָס דער זיידע פארגינט זיך ניט דורם- לאָזן קיין איין שאבעס? איך װאָלט דעם ,עפּעס" אויך געװאָלט זען. דער זיידע אָבער האלט, אז איך בין נאָך צו קליין, קעדיי גיין מיט אים אין שול. מיילע, האָב איך זיך אליין געגעבן אן אייצע.

אין איינעם א שאבעס, װוען דער זיידע האָט זיך געלאָזט גיין אין שול, בין איך אים נאַכגעגאנגען טריט נאַך טריט. די שוֹל געפינט זיך אף דער קעשענעװער גאס, דאָס איז ניט װײַט פון אונדז, אָבער אין יענעם טאָג האָט מיר דער וועג אהין אויסגעוויזן פן אן עק און אָן א סאַף. דער זיידע, פארשטייט זיך, האָט זיך ניט געײַלט. פּאװאַלינקע איז ער זיך געגאנגען איבער אונדזער גאס, און פון צײַט צו צײַט זיך באגריסט מיט די שכיינים. און איך האָב זיך געמוזט אויסבאהאלטן הינטער די פּלױטן און ביימער, קעדיי דער זיידע זאָל מיך, כאָלילע, ניט דערזען. יעדעס מאָל האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז אַט-אָט װעט ער אויס. דרייען דעם קאָפּ..

סאָפּקאָלסאַף האָבן מיר זיך דערנעענטערט צו דער שול. אין הויף זײַנען געשטאנען רעדלעך מענטשן און האָבן ועגן עפּעס געטײַנעט. עס האָט זיך געדאכט, אז די אלטע לײַט רעדן ניט נאַר מיטן מויל, נאָר אויך מיטן פּאַנעם, מיט די הענט און אפילע מיט די בערד. אין מײַן לעבן האָב איך נאָך אזויפיל בערד ניט געזען! שווארצע, גראָװע, רױטע, לאנגע און קורצע, געדיכטע און שיטערע -- א װעלט מיט בערד.. און אָט האָבן זיך שוין די בערד געלאָזט גיין אין שוֹל ארײַן, און איך שמוגל זיך דורך איניינעם מיט זײ.

בין איך שוין, הייסט עס, אינװײניק. קוידעמקאַל זוך איך אָפּ מיט די אויגן דעם זיידן. וי עס לאָזט זיך אויס, זיצט ער ערשט ניט װײַט פון מיר. אָבער מיך זעט ער ניט. ער איז שוין אינגאנצן פארטאָן אין זײַן דאוונען. אוב אזוי, טראכט איך, קאָן איך רויַק ווארטן אף דעם ,עפּעס". יאָ, אָבער וויאזוי װעל איך עס דערזען, ווען כ'בין פון אלע זײַטן ארומגערינגלט מיט מענטשן? איך קאָן נאָר האנאָץ האַבן פון די קליינע געלע שטערנדלעך, וועלכע זײַנען אױסגעמאָלט אף דער סטעליע. שטיי איך שוין אזוי און קוק ארוף. און דאָ פיל איך אף מײַן נאקן עמעצנס בליק. איך גיב א דריי אויס דעם קאָפּ און זע פא זיך א קליין פארקנייטשט פּענעמל (דאפקע אָן א באָרד). א פּאָר ריטלעכע, טרערנדיקע אייגעלעך קוקן גלײַך אף מיר. עטלעכע געלע הערעלעך קרײַזלען זיך קאָמיש אף דער פליישיקער נאָז, די אייבערשטע ליפ באהאלט זיך אזוי הינטער דער אונטערשטער, און די אונטערשטע שטעקט דעריבער אף אזויפיל ארויס, אז מיך באהערשט אף א רעגע א מאָדנע געדאנק: װאָס קאַן מען, לעמאַשל, טאָן מיט אזא מויל, ווען עס גיסט א רעגן?..

דאָס פּענעמל בייגט זיך אָן צו מיר, און רוימט מיר אײַן שטילערהייט:

-- װער זשע ביסטו?

גיב איך א װוּנק מיטן קאָפּ אפן זיידן.

-- הייסט עס, ביסטו דעם שויכעטס אייניקל.

און דער אלטיטשקער גיט מיר גרינג א קניפּ אין דער באק. דערנאָך קריכט ער ארײַן צִו זיך אין קעשענע, שלעפּט פון דאָרט ארויס א קליין פלעשעלע און שיט אַפּ פון אָט דעם

17

פלעשעלע זיך אף דער דלאָניע א ביסל שווארצן פּראָשעק. אין איין אױגנבליק גיט זײַן פליישיקע נאַז א צי ארײַן מיט א פײַף דעם דאָזיקן פּראָשעק... דאָס פארקנייטשט פּענעמל פארקנייטשט זיך נאָך מער, די רויטלעכע אויגן װערן שוין אינגאנצן רױט, און די ליפּן לאָזן ארויס אזא מין: ,טממע!"...

איך שטיי און נעם ניט אראָפּ פון דעם אלטיטשקן קיין אויג, און ער שיט דערװײַל נאָכאמאָל אָפּ פון זײַן פלעשעלע א ביסל פּראָשעק און טראָגט אים אונטער שוין צו מײַן נאָז.

-- נא, פארזוך אויך די מעציע!..

איך האָב לאנג ניט געטראכט, ארײַנגעשטופּט מײַן נאָז אין דער אונטערגעשטעלטער דלאַניע און מיט אלע קויכעס א צי געטאָן... אָבער װאָס האָב איך אזוינס אין זיך ארײַנגע- צויגן?.. װאָס איז עס, א פּראָשעק אָדער קליינינקע שווארצע מורעשקעס, וועלכע צעלויפן זיך אין מײַן נאָז און הייבן מיך אָן מעשונע-װוילד בײַסן?.. די אויגן האָבן זיך מיר אָנגעגאָסן מיט טרערן, דאָס מויל האָט זיך פארקרימט און ס'איז מיך באפאלן א ניסעניש... כ'האָב שוין פאר זיך די שײַן ניט געזען... איך האָב אָנגעהױבן זינקען אין א פינצטערניש...

אהיים בין איך שוין געגאנגען איניינעם מיטן זיידן, ער האָט מיך געהאלטן בא דער האנט און מיר גוט ארײַנגעזאָגט:

-- אזא מין כוצפּעניק... אזא אזעסניק...

און איך ניס און ניס -- כ'קאָן זיך גאָר ניט אויסניסן.

-- וויפל מאָל דארף מען דיר זאָגן, אז די נאָז זאָלסטו ניט שטופּן װוּהין מע דארף ניט!.. און דער אשטער ר"אָסל איז מיר אויך גוט: א קינד גיט ער שמעקן טאבעקע... סטארי יאק מֹאלִי!..

דעם גאנצן פארנאכט האָט זיך דער זיידע געבייזערט אף מיר, און איך האָב זיך גע- דרייט ארום אים און געשטאמלט:

-- זיידע, זײַ מיר מויכל... מער װעל איך ניט שטופּן די נאָז װוּהין מע דארף ניט!..

-- אך, אייניקל, -- האָט געזיפצט דער זיידע, -- ווען דער מענטש זאָל װויסן פריִער, װוּהין מע דארף יאָ שטופּן די נאָז, און װוּהין מע דארף ניט... -- און דער זיידע האָט זיך צעלאכט, -- אָבער דו ביסט מיר געווען שיין: ייִדן זיצן און דאוונען, און דער בארדאס מײַי נער צעניסט זיך אף דער גאנצער שוֹל..

-- זיידע, און וויאזוי פארשטייסטו דאָס, װאָס דו לייענסט, -- האָב איך אים א פרעג געטאַן, -- עפּעס זייער מאָדנע אויסיעלעך אין דײַנע ביכער. װי מיר דאכט, זײַנען די דאָזיקע אויסיעלעך ענלעך אף פּיצינקע שווארצינקע לעמעלעך...

דער זיידע האָט מיך אוועקגעזעצט אף זײַן ביינערדיקער קני, אָנגעטאָן מיר אפן קאָפּ מײַן װײַס קאפּעליושל און, טײַטלענדיק מיטן לאנגן דארן פינגער אין סייפער ארײַן, האָט עֶר וי אויסגעזונגען:

-- זאָג, אייניקל, , אאאלעף"!

-- אאאלעף, -- האָב איך נאָך אים אויסגעשריגן.

-- בייס... גימל... דאאאלעד...

פונעם שרײַען בין איך אינגיכן געװאָרן הייזעריק און מיד.

-- נו, אף הײַנט, דאכט זיך, איז שוין פאר דיר גענוג, -- האָט געזאָגט דער זיידע, -- די אייגעלעך, זע איך, זײַנען שוין בא דיר שמעלער געװאָרן.

-- יאָ, זיידע, יאָ, אָבער זאָג מיר פריִער נאָך איין זאך...

-- װאָס זשע פאר א זאך זאָל איך דיר זאָגן?

-- צו װאָס האָסטו מיר פארן לערנען אָנגעטאָן דאָס קאפּעליושל אפן קאָפּ!

דער זיידע האָט ארויסגעלאָזט אין זײַן באָרד אזא מין ,כמממ" און האָט מיט א שמייכל געזאָגט:

-- איך האָב עס געטאָן, אייניקל, צוליב דעם, אז די פּיצינקע שווארצינקע ‏ לעמע- לעך" דײַנע זאָלן זיך א ביסל פיטערן בא דיר אין קאָפּ און ניט צעלויפן זיך טייקעף אין אלע זײַטן..

און דער זיידע האָט זיך אָנגעבױגן צו מיר און געגעבן מיך א קוש אין שטערן. איך האָב דערפילט אף מײַן פּאָנעם זײַן ווייכע באָרד, װאָס פארמאָגט א באזונדערן רייעך. יאָ, -- האָב איך דעמלט א טראכט געטאָן, -- און דעם ,עפּעס', צוליב וועלכן עס גייט דער זיידע יעדן שאבעס אין שול, האָב איך טאקע ניט געזען. װײַזט אויס, דער זיידע איז גערעכט -- איך דארף פּאַשעט נאָך א ביסעלע אונטערוואקסן...

איך זיץ נאָך אלץ באם טיש און דלובע מיטן גאָפּל א שטיקל פלייש. דער זיידע האָט שוין פונלאנג אָפּגעגעסן אוז איז זיך אוועקגעגאנגען װוּהין ער דארף.

18

-- אוי, ביסטו בא מיר אן עסער, -- בייזערט זיך אף מיר די באָבע און זעצט זיך שוין אוועק לעבן מיר, -- מײַנע סאָנים זאָלן שוין אזוי עסן, דארער דראָנדזשיק! -- זי נעמט בא מיר צו דעם גאָפּל און הייבט מיך אָן צו האָדעװען.

-- באָבע, -- זײַ איך קוים ארויס א װאָרט פונעם אָנגעשטאָפּטן מױל, -- דערצייל מיר עפּעס א מײַסעלע, װעט מיר זײַן גרינגער צו קײַען.

-- ועגן װאָס זשע זאָל איך דיר דערציילן?

-- וועגן יענעם בער מיט די פינף פיס...

-- נו, גוט. הער זשע אויס: סאיז געווען אמאָל אין א וואלד א גרויסער בער, און אָט דער בער האָט געהאט פינף פיס...

מײַן זיידע האָט ליב איבערצוכאזערן, אז די גאנצע שטוב אונדזערע האלט זיך אף מײַן באָבעס הענט. פון אינדערפרי אָן איז די באָבע שוין אף די פיס. אָט שטעלט זי צו אן עסיקפלייש, אָט לויפט זי אין מארק ארײַן, און אָט שטייט זי בא דער שיסל און שווענקט עפּעס איבער... פונוואנען עס נעמען זיך צו איר אזויפיל קויכעס, ווייסט דער זיידע ניט!

יעדן פרײַטיק באקט די באָבע ברויט. דאָס טייג אָבער פארקנעט זי דאָנערשטיק. די באָבע שטייט בא א הילצערנער מולטער, דאָס װײַסע טיכל אפן קאָפּ ציט גלאט אָפּ אירע האָר און ס'איז פארבונדן אפן האלדז-און-נאקן. די ארבל פונעם כאלאטל זײַנען איר פאר- קאטשעט העכער די עלנבויגן, און די אָדערדיקע הענט אירע ארבעטן פלינק און זיכער. מיט די קליינע קולעקעס, װי מיט צוויי קלעפּערלעך, פּױקט די באַבע אין דעם טייג, פּונקט וי אין א פּױיק.

איך דריי זיך ארום דער באָבען און דערלאנג איר, ווען זי דארף, א קווערטל וואסער, די פּושקע זאלץ, דאָס פּעקעלע הייוון.

-- אז דאָס טייג איז נאָך לויזלעך, -- גיט א פרעג בא מיר די באָבע, -- װאָס דארף מען טאָן?

-- ניט זשאלעווען קיין ביסל מעל! -- שיס איך אויס.

-- און ווען דאָס טייג איז צו געדיכט?

-- גיסן וואסער וויפל סוועט ארײַן!.. און הייוון! דו האָסט ניט פארגעסן, באָבע, ארײַנצולייגן א שטיקל הייוון?..

די באָבע צעלאכט זיך.

-- איך זע, אז דו קאָנסט שוין אליין פארקנעטן טייג!

און מיר דאכט זיך, אז סאיז טאקע אזוי: אָן מיר װאָלט די באָבע ארויס מיטן באקן כרויט קוים אף פּייסעך!..

דאָס טייג איז שוין פארקנאָטן, און די באָבע דעקט עס אײַן מיט איר װאַלענער שאל און פון אויבן נאָך מיטן זיידנס פוטערנעם פּעלץ, גלײַך עס װאָלט געלעגן אין מולטער א קליין קינד,

-- א ראָשטשינע איז װי א קימפּעטאָרן -- מע דארף זיך אָנעמען מיט געדולד און ווארטן אף איר שאָ.

דעם אנדערן טאָג פון גאנץ קאיאָר אָן פּאָרעט זיך שוין די באָבע באם אױיוון. דער אויוון פון רטע ציגל, א ברייטער און א הויכער, האָט פארשטעלט מיט זיך די {גאנצע קיך. און אָט איבער דעם דאָזיקן אויוון האָט זיך אין א טאָג צעשפּילט צװישן דער באַבען און דעם טאטן א גאנצע מילכאָמע,

-- װאָס איז דאָס פאר א קיך, -- האָט געטײַנעט דער טאטע, -- אז סאיז אפילע נישטאָ װוּהין זיך א קער טאָן!

-- און װאָס איז דאָס פאר א קיך, -- האָט געענטפערט די באָבע, -- װוּ סאיז ניטאָ קיין אויוון?!

דער טאטע איז געשטאנען אף זײַנס, און די באָבע -- אף אירס. יעדער פון זי האָט געהאלטן, אז נאָר ער איז גערעכט, און קיינער האָט ניט געװאָלט אָפּטרעטן. סאָפקאַלסאָף האָט די באָבע געזאָגט:

-- װעסט עס פּױעלן בא מיר נאָך מײַן טױיט!

און צום אמפּערניש האָט גענומען א סאָף. אזויארום איז דעם אויוון באשערט געווען פארבלײַבן שטיין, און יעדן פרײַטיק באקט אין אים די באָבע געשמאקע כאלעס און בולקעס מיט א בייגעלע פון אויבן...

דעם אױיוונס גרויס-צעעפנטער פּיסק האָט שוין, דאכט זיך, אײַנגעשלונגען א װעלט מיט טרוקענע שײַטלעך האָלץ און דעריבער איז אים געװאָרן אזוי הייס און שװער צו אָטעמען.

19

די באָבע נעמט דערװײַל אראָפּ פון דער מולטער דעם זיידנס פּעלץ אין איר װאָלע- נע שאל,

-- א מין געראָטענע ראָשטשינע, -- זאָגט די באָבע, -- מאזלטאָוו, מאזלטאָװ!

בעשאס די באָבע פּאָרעט זיך מיטן טייג, זינגט זי זיך צו א פריילעך לידעלע:

קאָלזמאן דו לעבסט, זאָל זײַן געלעבט,

װײַל אײיביק לעבט דאָך קיינער ניט.

װאָס דארפסטו זיך זאָרגן, װאָס ס'וועט זײַן מאָרגן: קאָלזמאן דו לעבסט, זאָל זײַן געלעבט!..

און איך טונק אין דער צײַט אײַן דעם פלעדערוויש אין א גלאָז מיט א צעקאלויצעט געלעכל און באשמיר יעדע כאלע און יעדע בולקע.

און אָט פרעסט שוין דער אויוון מיט א גרויסן אפּעטיט דאָס רויע ב-ויט, װאָס די באַבע טראָגט אים אונטער אף א לאנגער הילצערנער לאָפּעטע. אין דער מולטער אין שוין ניט געבליבן קיין שטיקל טייג. דאנקען גאָט, פארן גאנצן אינדערפרי, יועט זיך די באָבע איצט קאָנען א ביסעלע צוזעצן...

איבער דער שטוב טראָגט זיך א געשמאקער ברויט-רייעך. די באָבע זיצט, די הענט צונויפגעלייגט אפן בויך, דעם קאָפּ גענייגט א ביסל אף א זײַט, זי האָט זיך פארטראכט..

איך קאָן אוואדע ניט וויסן, ויאזוי מײַן באָבע האָט אויסגעזען אין אירע יונגע יאָרן, אָבער א פרוי, װאָס האָט אזוי שװוער אױסגעכאָװעט פיר קינדער, קאָן מען אף דער עלטער מיט דער גאנצער רעכט אָנרופן די שענסטע און די בעסטע.

וװיאזוי די ביטערקײַט פון די אויסגעלעבטע יאָרן זאָל ניט פארפולן מיט זיך די קנייטשן אף דער באָבעס פּאָנעם, ויָאזוי זי זאָל ניט איבערפארבן אין א גראַװקײַט אירע האָר אפן קאָפּ, איז זי, די ביטערקײַט, ניט בעקויעך צו פארלעשן די טאָמיד לעבעדיקע, ווארעמע שטראלן אין מײַן באָבעס אויגן.

די באָבע כאפּט זיך אוף.

-- ווייסט װאָס, ייִנגעלע, אָט װעלן מיר מיט דיר אָנבאקן א פולן זאק ברויט, און טו-ו... זיך לאָזן אין וועג, וי ביניאָמין מיט זײַן כאווער סענדערל..

איך קוק אָן די באָבע און קאָן נאָך דערװײַל גאָרניט פארשטיין.

-- װײַ! אין שטוב טוט זיך אן איבערקערעניש: נישטאָ די באָבע מיטן אײניקל! װי אין וואסער ארײַן. און מיר זײַנען שוין אין דער צײַט װײַט-װײַט אזש אין מאכאטש- קאלא...

-- װאָס גאָר אין מאטשקאכאלא? -- שטעל איך זי אָפּ.

-- ניט מאטשקאכאלא, נאָר מאיכאטש-קא-לא! ס איז דאָ אזא שטאָט אין דאגעסטאן. דאָרטן זײַנען מיר געווען אין דער עוואקואציע.

-- און אָט די שטאָט איז װײַט פון אונדז?

-- יאָ, ייִנגעלע, זייער װײַט... די מילכאָמע האָט צעװאָרפן מענטשן, װי שטיינער... -- און פּלוצעם גיט זיך די באָבע א כאפּ: -- אוי, כ'האָב זיך אזוי פארעדט מיט דיר, אז כ'האָב אינגאנצן פארגעסן אינעם ברויט!..

די באָבע עפנט אוף דאָס טירל פונעם אויוון און מיט דער לאָפּעטע נעמט זי פון דאָרט ארויסשארן א ברויט נאָך א ברויט.

-- גיט נאָר א קוק, -- קוועלט די באָבע, -- קיין אײַנהאָרע גאנצע אויצרעס! בא אלע אונדזערע ליבע זאָל זײַן אזא מין ברויט!..

איך יהאלט זיך ניט אײַן און רײַס פון א בולקע אָפּ דאָס בייגעלע, נאָך וועלכן עס שלעפּט זיך נאָך א הייסע פּארע.

-- און אין יענע וויסטע יאָרן פלעגן מענטשן אויסגיין נאָך א שטיקל ברויט..

װי געשמאק כראָמטשעט אין מויל דאָס געזאלצענע בייגעלע. דאכט זיך ,עס איז גע- שמאקער פון לעקעך.

מיט ליבשאפט אין די אויגן גלעט די באָבע יעדע כאלע און יעדע בולקע, וי זי װואָלט געגלעט מיך איבערן קאָפּ.

-- א באלעבאָסטע אָן אן אויוון איז דאָס זעלבע, װאָס א טעפּל אָן א פּאָקריש- קע!.. -- די װערטער, פארשטייט זיך, זײַנען שוין אף מײַן טאטנס אדרעס.

20

עס קומט ערעוו-שאבעס. אין שטוב איז ציכטיק און היימלעך. די באָבע אין א זײַדע- נער פאטשיילע אפן קאָפּ שטייט באם טיש און שעפּטשעט עפּעס איבער צויי אָנגעצונדע- נע ליכט. |

װאָס זאָל עס זײַן?..

ווען די באָבע פארענדיקט און דרייט זיך צו מיר אויס מיטן פּאָנעם, גיב איך בא איר א פרעג:

-- װאָס האָסטו איצט געטאָן, באָבע?

-- געבענטשט ליכט..

-- צו װאָס געבענטשט?

-- אזוי האָט מיך געלערנט מײַן מאמע, אָלעהאשאָלעם... װער װייסט, עפשער װעט עס אײַך ברענגען גליק?!

-- און דו, באָבע, ביסט געווען גליקלעך?

ווידעראמאָל פארטראכט זיך די באָבע.

-- װאָס זאָל איך דיר אף דעם ענטפערן -- זאָגט זי אין א װײַלע ארום, -- כ'בין געווען סײַ גליקלעך, סײַ אומגליקלעך... אזוי פירט זיך אין דער װועלט...

. דאָס מײַסעלע װעגן דעם בער מיט די פינף פיס פארענדיקט זיך איניינעם מיט מײַן מיטיק,

-- דאנקען גאָט, פון הונגעריק זאט, -- זאָגט די באָבע, צונויפנעמענדיק פונעם טיש דאָס געפעס, -- װאָס זשע דארף איך איצט פריער טאָן?..

שוין באם ארויסגיין פון שטוב, דערהער איך דער באָבעס באליבט לידעלע:

קאָלזמאן דו לעבסט, זאָל זײַן געלעבט, װײַל אײיביק לעבט דאָך קיינער ניט...

זינט איך געדענק זיך,." --

פון װאָס פאר א צײַט הייבט זיך אָן בא אונדז דער , זינט"?

דער אמעריקאנער פּראָפעסאָר טאָמאס װערני באשטעטיקט, אז די פּערזענלעכקײַט פונעם מענטשן פאָרמירט זיך נאָך לאנג פאר דעם, װי דער מענטש באװײַזט זיך אף דער וועלט. דער מוטעדס געדאנקען, איבערלעבונגען, געפילן -- אלץ גיט זיך איבער דעם קינד נאָך דעמלט, ווען עס געפינט זיך אין דער מוטערס טראכט, דאָס ערעוו געבוירענע נעמט עס שארף אוף און פארגעדענקט עס. און אָט די אלע אײַנדרוקן, וועלכע דאָס קינד טראָגט ארויס פונעם , לעבן פארן געבורט', באשטימען דערנאָך זײַן כאראקטער, זײַן פירונג און זײַן פּסיכאָלאָגיע.

אין דער קינדהײַט פלעג איך אָפט זען אין כאָלעם פארשיידענע װעלטן, איבער ועל- כע איך האָב געבלאַנדזשעט, װי א באצויבערטער וואנדערער. און אלץ איז מיר אין אָט די וועלטן געווען באקאנט, גלײַך וי כ'בין שוין דאָרט אמאָל געווען.

װאָס איז דאָס? בלויז קינדערשע כאלוימעס אָדער עפּעס מער? עפשער פלעגט זיך אזוי אױספּיקן, פּונקט װי א נאס הינדעלע פון אן איי, מײַן גענאָקאָד, וועלכער האָט זיך מיר איבערגעגעבן פון די פריערדיקע, פארגאנגענע דוירעס? און עפשער בין איך שין אמאָל געווען אף אָט דער װעלט, און בלויז יענץ װײַט שעמערירנדיק שטערנדל אפן הימל געדענקט וװעגן דעם?

וער ווייסט, קאָן זײַן, אז פּונקט איך בין געלעגן אונטער אװראָמס כאלעף, װען ער איז גרייט געװוען ברענגען פאר א קאָרבן זײַן אייגענעם זון, זײַן לײַב און לעבן? ניין, ניט גאָט האָט אװראָם געװאָלט אומקערן דעם זונס געבורט, נאָר דער נאטור, מיט וועלכער מיר צערעכענען זיך סאָפקאָלסאָף בלויז דעמלט, ווען מיר שטארבן.

דערהארגענענדיק דעם זון, װאָלט אװראָם געב"אכט פאר א קאָרבן זיך אליין, זײַן צוקונפט און זײַן פארגאנגענהײַט. פון אוראלטע צײַטן פלעגן זיך פארקערפּערן אין א זון אלץ אַװעס, און דעם זונס אומקום איז געוװען שרעקלעכער, איידער דער אייגענער טויט. באם זונס אומקום צעפאלט זיך די פארבינדונג צװוישן די צײַטן. און דאָס איז א סאך שרעקלעכער, וי דער טויט אליין, -- דאָס איז דער אומפארמײַדלעכער סאָף פון די צײַטן. און אװראָם האָט אונטערן כאלעף אונטערגעשטעלט גופע די צײַט, קעדיי דערװערבן אײביקייט,

מײַן עלטערן פעטער, פעטער בערלען, קען איך נאָר פון א קליינער, געלער פאָטאָ- גראפיע:

דער באסק אפן קאָפּ, אראָפּגערוקט אין א זײַט, באהאלט איין אױער, דעריבער שטעקט דער אנדערער ארויס קאָמיש און זעט אויס, װי א צעקאָכטער ווארעניק. צוויי פּינטעלעך -- די שווארצאפּלען -- קוקן מיר גלײַך אין די אויגן. טאָמיד שמייכ- לען זיי, די צוויי פּינטעלעך, זעען מיך, דאכט זיך, אף דורך און דורך. פון דעם עטװאָס אָפענעם מויל װעט זיך אָט-אָט ארױסרײַסן: , סאליוט, פּלעמעניקל!" דעם פעטער בערלס קאָל האָב איך קיינמאָל ניט געהערט. עפשער איז עס א שטילס, א ווייכס, װי באם זיידן, אָדער א קלינגעוודיקס, װי בא דער באָבען... עפשער... עפשער... און פונדעסטוועגן, ווען די מאמע נעמט ארויס פון איר אלטן שווארצן בײַטל א געל דרײַע- קיק בריוול, װאָס שמעקט מיט נאפטאלין, צעװויקלט עס פּאװאָלינקע, עס זאָל זיך, כאָלי- לע, ניט צעשיטן צװישן די פינגער, און הייבט אָן אין דער הויך לייענען, װײַזט זיך מיר אויס, אז איך הער מײַן פעטער בערלס קאָל: ,טײַערע עלטערן! איך שרײַב אײַך דעם בריוו פון פּױלן. ניט לאנג צוריק האָב איך אײַך געשיקט א פאָטאָגראפיע, װוּ איך שטיי פאָטאָגראפירט מיט מײַן שלאכט-כאווער. פון אײַך האָב איך שוין א היפּשע צײַט גאַרנישט ניט געהאט, און איך ווייס ניט פארװאָס! איך בעט אײַך, שרײַבט װועגן אלעמען. טײַערע מאמע, טײַערער טאטע, שװעסטערל מײַנס און ברודער אזריִעל, אינגיכן װעלן זיך אָנהײנן בא אונדז הייסע שלאכטן מיט די דײַטשישע גאזלאַנים. אוב איך װעל בלײַבן לעבן, װעל איך אײַך נאָך אָנשרײַבן, און אוב ניט, זאָלט איר וויסן, אז אײַער זון און ברודער האָט געלייגט זײַן קאָפּ פאר אײַך און פאר אונדזער היימלאנד..." די מאמע לייענט דעם בריוו. איר קאָל קלינגט טרויעריק, מיט א פארבאָרגענער בענ- קעניש, מיט א װײַבערשן ציטער: ,.ליבע מאמע, איך בעט דיך, שרײַב װעגן מיר אָן מײַן װײַב סאָסעלען און דעם ברודער מײַנעם יאָסקען. עפשער בין איך געווען פאר דיר א שלעכ- טער זון, בעט איך איצט בא דיר מעכילע! טײַערער טאטע, אין טשעליאבינסק בין איך געװען בא מייער װאָלציסן און צופעליק באגעגנט בא אים שלוימע פעקעלמאנען. די עלטערן זײַנע זײַנען געשטאָרבן, און פון דער גאנצער מישפּאָכע איז ער דער איינציקער געבליבן לעבן. דער פעטער מוישע-לייב איז איצט אין טאשקענט. זײַן אדרעס ייס איך ניט. בלײַבט מיר אלע געזונט! קושט דאָס שװעסטערל מײַנס, געניען, און דעם ברודער אזריען. גיט פון מיר איבער א הארציקן גרוס דעם פעטער דאָדלען. א טוט דעם פאשיזם! א טוט דעם סױנע! בעט פאר אײַער זון!

בערל קאָטיק, מארט, 71945,

יאָ, דער געלער דרײַעק פונעם פראָנט, דער לעצטער גרוס פון מײַן אומגעקומענעם פעטער שמעקט איצט מיט נאפטאלין, פּונקט װי אנדערע כפייצים פון דער שאפע. אָבער ויָאזוי, װאָלט איך געװאָלט װיסן, האָט געשמעקט אין יענעם װײַטן פרילינג 1945 די רויע, פרעמדע ערד, אף וועלכער סאיז געפאלן און געבליבן ליגן מײַן פעטער בערל? דער ניטדערשלאָפענער קאיאָר באם טײַך אָדער? די דערשאָסענע שטילקײַט נאָך דער אטאקע?..

א זק אָר ע:

מײַן אײיביק יונגער פעטער בערל! איך בין שוין איצט עלטער פון דיר.. אָבער דער באסק דײַנער איז, װי פריִער, אראָפּגערוקט אין א זײַט און באהאלט איין אויער.. צוויי פּינטעלעך -- דײַנע שווארצאפּלען -- קוקן מיר גלײַך אין די אױגן. זיי װעלו אײביק שמייכלען, און דײַן עטװאָס אָפן מויל װעט טאָמיד זאָגן: , סאליוט, פּלעמעניק!"

סאכאקלעיױ

פאר די לעצטע פינף טױזנט יאָר האָט די מענטשהײַט געלעבט אין שאָלעם בלױז 2 יאָר. די איבעריקע צײַט איז אוועקגעגאנגען אף 14513 מילכאָמעס: גרויסע און

22

קליינע. די אלע מילכאָמעס האָבן אװעקגעטראָגן פון דער װעלט 3 מיליארד 640 מיליאַנען מענטשלעכע לעבנס... איצט לעבט אף אונדזער פּלאנעטע אריבער 4 מיליארד מענטשן.

דאָ, אפן בוידעם, האָב איך אזא מין װוינקעלע, וועגן וועלכן קיינער ווייסט ניט. דאָרט, אין יענעם ווינקעלע, האלט איך אלע מײַנע אויצרעס: א ליאנגע, א ראָגאטקע, א שטיקל = א פײַפעלע פון ליים, א יאם-מושל און אויך א צעריסענע נאָטן-פּאפּקע. װען איך קוק אף דער פּאפּקע, זע איך טייקעף פאר זיך ליאָווען..

ליאָװע?.. יאָ, איך האָב זיך דערמאָנט: א הױיכער, דארער באָכער מיט א בלאס, ביינערדיק פּאָנעם און מיט א פּאָר גרויסע, דורכזיכטיקע אויגן, אין וועלכע עס האָט טאָמיד געצאפּלט שרעק. אלע כעוורע פון אונדזער גאס און איך, פארשטייט זיך, באגלײַך מיט זי פלעגן אים רייצן , ליאָװע דער מעשוגענער". ער איז געװוען א סאך עלטער פון אונדז. אין שוֹל אָבער האָט ער זיך ניט געלערנט, בליז זיך ארומגעדרייט גאנצע טעג איבער די גאסן, מורמלענדיק עפּעס אונטער דער נאָז.

אין יענעם ווינטער האָט מען מיך אָנגעהױיבן לערנען שפּילן אף אן אקאַרדעאַן פארװאָס אף אן אקאַרדעאָן? קימאט אלע מײַנע כאוויירים שפּילן אף אקאָרדעאָנען, און מיט װאָס בין איך ערגער פון זיי?! דעם פּעטשאטעק האָט געמאכט אף אונדזער גאס יאשע, דעם פעטער מוישעס זן.

די בסורע האָט געבראכט (אף מײַן קאָפּ) צו אונדז אין שטוב די מומע ריווקע.

די װײַבער אף דער פּריזבע:

-- ריווקע?.. מיט איר דארף מען קיין ראדיאָ ניט האָבן..

--- װוּ, װאָס פאר א נײַס, ווייסט זי די ערשטע!..

-- קיין כסימע קאָן זי אפילע ניט שטעלן...

-- יאָ, אָבער גיט איר ציילן געלט -- װי דער בעסטער בוכהאלטער!..

שוין פון דער שװעל אָן האָט די מומע ריווקע אָנגעהויבן רעדן:

-- הערט נאָר א מײַסע!.

װוען די מומע ריווקע רעדט, פאָכעט זי אזוי מיט די הענט, אז בעסער לעבן איר ניט שטיין.

-- איך קער זיך אום אנומלטן פונעם מארק און, דורכגייענדיק פארבײַ מוישע דעם באלעגאָלעס שטוב, הער איך, װי עמעצער שפּילט בא אים אף א הארמאַשקע...

די מומע ריווקע גיט מיט צוויי פינגער א פיר איבערן מויל, כאפּט אָפּ דעם אָטעם און שיט װײַטער:

-- װער זשע, טראכט איך, קאָן בא מוישע דעם באלעגאָלע שפּילן אף א הארמאָש- קע? מוישע אליין אָדער די באלעגאָלעכע זײַנע?.. איר קענט מיך גוט, מאדאם געניע, איך האָב ניט קיין טעווע שטופּן די נאָז װוּהין מע דארף ניט, אָבער דאָ.. דאָ האָב איך פּאַשעט ניט אויסגעהאלטן..

די מומע ריווקע גיט פּלוצעם א פּליעסקע מיט די הענט און פארײַסט די אױגן צו דער סטעליע.

-- מאמע מײַנע, ליבע. -- שרײַט זי אויס, -- איך גיב א קוק אין פענצטער און זע, וי יאנקעלע, מוישעס מיזיניק, זיצט אף א בענקל, האלט בא זיך אף די קני א גרויסע הארמאָשקע, און פון הינטן איז ער, נעבעך, צו דער הארמאַשקע צוגעבונדן מיט א פאטשיי- לע. װי געפעלט עס אײַך?.. מ'האָט אים אײַנגעשפּאנט, וי א פערדל!

די מומע ריווקע שטייט א געפּלעפטע מיט די הענט אין דער לופטן, גלײַך װי די בסורע, וועלכע זי האָט ערשט-אָ צוגעטראָגן דער מאמען האָט זי אליין דאָס ערשטע מאָל דערהערט.

-- איר פארשטייט, מאדאם געניע, -- קומט זי צוביסלעך צו-זיך, -- אין די פריער- דיקע +צײַטן בא די רומענער, װאָלט א פּאַשעטער באלעגאַלע געקאַנט זיך דערלויבן אזא ראָסקאָש, וי לערנען דעם זון מוזיק?.. מוישע, זאָג איך אײַך, באװאָרנט זײַן יאנקעלען מיט א גאָלדן שטיקל ברויט!..

23

און די מומע ריווקע װערט נעלעם. אין שטוב בלײַבן נאָך אָבער קלינגען א היפשע צײַט אירע װוערטער. און די מאמע מײַנע שטייט פארטראכטערהייט און הערט זיך, דאכט זיך, צו יענע ווערטער צו.

אין א װאָך ארום האָט זיך בא אונדז אין דער היים באוויזן אן אלטיטשקער. ער איז געווען אזוי לאנג און דאר, אז װען ער האָט זיך אוועקגעזעצט אפן בענקל, האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז דער אלטיטשקער האָט זיך צונויפגעלייגט אינדרײַען. ער האָט אויסגע- שטרעקט צו מיר זײַן האנט און שטילערהייט געזאָגט:

-- מניעם-מניעם... מײַן נאָמען איז פיאָדאָר סטעפּאנאָװיטש... מניעם-מניעם...

יעדעס װאָרט, װאָס עֶר האָט ארויסגעבראכט, האָט ער פריער װי באטאפּט מיט זײַנע דינע, שמאָלע ליפּעלעך:

-- ...מניעם-מניעם... דײַן מאמע האָט מיר געזאָגט... מניעם-מניעם, אז דו װוילסט שפּילן אף אן אקאָרדעאָן... מניעם-מניעם... דאָס איז זייער גוט... מניעם!..

כ'האָב מיט כידעש א קוק געטאָן אף דער מאמען. זי האָט צו מיר א שמייכל געטאָן. דאָס האָט געדארפט הײייסן: ,צי דען האָסטו עס פארגעסן?.. יאָ, טאקע ניט אומזיסט זאָגט די באָבע, אז די מאמע מײַנע איז פול מיט פאנטאזיעס.

-- אוב אזוי, -- מניעמנעט װײַטער דער אלטיטשקער, -- װעל איך זײַן דײַן לערער.

און פיאָדאָר סטעפּאנאָװיטש האָט אָנגעהויבן ארײַנצוגײן צו אונדז אין שטוב צויי מאָל אין דער װאָך און לערנען מיך שפּילן אף אן אקאָרדעאָן. פּונקט װי יאשע, דעם פעטער מיישעס זון, פלעג איך שוין אויך זיצן אן אײַנגעשפּאנטער אין די צוויי רימענדלעך פונעם אקאַרדעאַן און... טראכטן: ,סטײַטש, פארװאָס דארף איך זיצן איצט אײַנגעגראָבן מיט די אויגן אין העפטל נאָטן און פון צײַט צו צײַט הערן: ,,מניעם-מניעם, װאָס שפּילסטו? מע דארף דאָ שפּילן ,רע דיִעז", און ניט ,רע בעקאר"... מניעם-מניעם... ,, אין דרויסן איז אזא שיינער װינטערדיקער אינדערפרי. די כאוויירים מײַנע גליטשן זיך שוין, מיסטאמע, אף די שליטלעך אָדער מאכן פון שניי א באבע... קיין בעסערע זאך האָט די מאמע ניט געקאָנט צוטראכטן?!" אייניקע מאָל פלעג איך זיך פאָרשטעלן, װי איך ליג אין מײַן בעטעלע א קראנקער, אן אומבאהאָלפענער... כ'קרעכץ, כ'זיפץ, איך האלט שוין באם שטארבן. דער זיידע, די באָבע, די מאמע און דער טאטע, -- אלע פיר שטייען ארום מיר מיט טרויעריקע פּענעמער.

-- עפשער האָט מען דעם קינד געגעבן א גוט-אויג? -- זאָגט די באָבע און רײַבט מיטן פארטעך די אויגן...

-- װאָס פאר א גוט-איג? -- זאָגט דער זיידע. -- איר האָט אים מיט אָט דער הארמאַשקע פארמוטשעט!

דער טאטע שװײַגט. בלויז ווען-ניט-ווען ווארפט ער אף דער מאמען קאלטע בליקן.

-- יאָ, דאָס בין איך אין אלץ שולדיק, -- צעויינט זיך די מאמע, -- איך האָב אים אויך געװאָלט באװאָרענען מיט א גאָלדן שטיקל ברויט... אָבער װער האָט געקאַנט וויסן, ווער?..

-- װאָס זשע טוט מען איצט? -- רופט זיך נאָכאמאָל אָן די באָבע. -- דאָס קינד גייט אויס, װי א ליכט.

-- מע דארף בעטן גאָט!.. -- גיט א זיפץ דער זיידע, און מיט די פינגער נעמט ער זיך קעמען די באָרד...

-- איך ווייס, װאָס מע דארף טאָן! -- ברענגט ארויס דער טאטע, און ער גײט צו צום אקאָרדעאָן. -- מע דארף פּאָטער װוערן פון אָט דער זאך!

-- יאָ, יאָ, -- האלט אונטער דער זיידע, -- אויס הארמאַשקע!

-- לאָז ער בעסער ארומלויפן גאנצע טעג אין דרויסן..

-- זיך וואלגערן אין שניי... קריכן אפן בוידעם.. שפּילן זיך זומער אין ליאנגע.

-- אויס הארמאָשקע!!! -- שרײַען שוין אלע איניינעם.

איך װער מיטאמאָל געזונט. איך שפּרינג אראָפּ פונעם בעטעלע און בין שוין גרייט צו שרײַען: /,הורא-א-א-א!...

-- מניעם-מניעם... -- פלעג איך אָבער דערהערן, -- װאָס שפּילסטו?.. מע דארף דאָ שפּילן ,רע דיִעז', און ניט ,רע בעקאר". -- און אלע מײַנע גוטע טרוימען, פלעגן מיטאמאָל פארשווונדן װערן. עס פלעגט פון זי נאָר בלײַבן א נודנער ,מניעם-מניעם"..

פיאָדאָר סטעפּאנאַװיטש איגנאטענקאָ -- טאקע אזוי האָט מען אים גערופן, מײַן ערשטן מוזיק-לערער. שפּעטער האָב איך געהאט א סאך אנדערע לערער פון מויק: דאַצענטן,

24

פּראַפעסאָרן... אָבער פיאָדאָר סטעפּאנאָװיטש איגנאטענקאָ, דער געװעזענער מוזיקאנט פון א מיליטערישן בלאָז-אָרקעסטער, איז געווען דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט אנטדעקט פאר מיר א נײַע, װונדערלעכע וועלט.

װאָס פלעגט אים, א קראנקן, מידן מענטשן צווינגען יעדן טאָג ארומטאַפּקען איבער די פארבלאָטיקטע בעלצער גאסן און ליקלעך, באזוכן איין שטוב נאָך אן אנדערער, און ערשט פארנאכט זיך אומקערן אהיים?.. עפשער די נויט? עפשער דאָס ניט װעלן אָנקומען צו די אייגענע קינדער?.. איצט פארשטיי איך, אז ניט בלױז דאָס. צװװיי געפילן האָבן זיך אין אים געשלאָגן: זײַן איבערגעגעבנקײַט דער מוזיק -- איר זיס-פּײַנלעכער געפאנ- גענשאפט -- פון איין זײַט, און פון דער אנדערער -- דער ביטערער געדאנק, אז דאָס לעבן איז שוין דורכגעפלויגן, אז זײַנס האָט ער שוין ,אָפּנעשפּילט".

א גרויסע ליבע איז אָבער אײיביק.

און די אייביקע ליבע צו דער מוזיק האָט געטריבן פיאָדאָר סטעפּאנאָװיטשן פון שטוב צו שטוב, װוּ ער פלעגט זי צעטיילן צװישן אונדז, זײַנע שילער. פארשטייט זיך, ניט אלע זײַנע שילער זײַנען געװאָרן שפּעטער מוזיקאנטן, נאָר די זוימען פון פיאָדאָר סטעפּאנאַ- וויטשעס ליבע זײַנען אין יעדן פון אונדז אופגעגאנגען.

אינגיכן אָבער האָב איך כוץ די גאמעס און עטיודן אָנגעהױבן שפּילן שיינע לידעלעך. דאָס איז מיר גראָד געפעלן געװאָרן. מ'האָט מיך שוין ניט געדארפט אונטערטרײַבן, װי פּריער, זעצן זיך שפּילן אפן אקאַרדעאָן. סהאָט מיך צו אים אליין געצויגן. מיט אומגעדולד פלעג איך שוין ארויסקוקן אף פיאָדאָר סטעפּאנאָװויטשן, באגעגענען אים בא אונדזער טירל,

צו מײַן געבוירנטאָג האָט מיר דער טאטע געשענקט א גרויסע, קארטאַנענע פּאפּקע, קעדיי איך זאָל האלטן אין איר נײַע נאָטן. אף איין זײַט פון אָט דער פּאפּקע איז געווען אָנגעמאָלט טשײַקאָווסקיס פּאָרטרעט, אף דער אנדערער -- א שיינע לירע. צוויי זײַדענע איבערגעפלאָכטענע שנירעלעך, וועלכע זײַנען געווען צוגעפעסטיקט צו ביידע זײַטן, האָבן געדינט פאר הענטעלעך, און דעריבער האָב איך געקאָנט זיך ארומטראָגן מיט דער פּאפּקע װוּהין עס האָט זיך מיר געגלוסט. מיט איין װאָרט -- א פּאפּקע אן אױיצער. מײַן פעטע- אזריעל האָט אפילע געזאָגט, אז ווען ער װאָלט געהאט אזא פּאפּקע, װאָלט ער שוין כאסע- נע געהאט!

מיט אזא מאטאָנע איז ניט קיין בושע זיך צו בארימען, און איך בין טייקעף ארויס- געלאָפן מיט מײַן פּאפּקע אין דרויסן. װי אפצולאָכעס האָב איך קיינעם פון מײַנע כאיויירים ניט באגעגנט. זי זײַנען װי פארשווונדן געװאָרן, בלויז ליאָװוע דער מעשוגענער האָט זיך ארומגעדרייט איבער דער גאס און זיך געמורמלט עפּעס אונטער דער נאָז.

-- ליאָװע! -- גיב איך אים א רוף. -- קום אהער, װעל איך דיר עפּעס װײַזן!

ער איז געבליבן שטיין, אָבער צוגיין צו מיר האָט ליאָװע, װײַזט אויס, מוירע געהאט. בין איך שוין אליין צו אים צוגעגאנגען.

-- קוק, װאָס דער טאטע האָט מיר געשענקט!

ליאָװע האָט זיך פּלוצעם געגעבן א װאָרף אין א זײַט און מיט די ביינערדיקע, לאנגע הענט זײַנע פארשטעלט זיך דאָס פּאַנעם.

-- נו, װאָס ציטערסטו אזוי? איך װעל דיר גאָרנישט ניט טאָן!

פּאואָלינקע, נאָך אלץ ניט גלייבנדיק מיר, האָט ליאָװוע צערוקט א ביסל די הענט, אין װי דורך א שפּארונע אין פּלױט, געקוקט אף מיר מיט א פּאַר קײַלעכדיקע, איבער- געשראָקענע אויגן.

-- עך, ליאָװע, ליאָוע, גאַרנישט פארשטייסטו ניט!.

איך בין שוין גרייט געווען אומקערן זיך אהיים, װי פּלוצעם דערהער איך מוישעס קעלעכל. מױישע-װאָראָנע איז מײַן בעסטער כאווער. ,װאָראַנע" -- איז זײַן צונאָמעניש. אזוי רופט מען אים דערפאר, װײַל דער קלאנג ,ר-ר-ר" באקומט זיך בא אים, פּונקט װי בא א װאָראָנע ,קאר-ר-ר-ר". װען עס קומט אים אויס זאָגן ,ר-ר-ר", קאָן מען מיינען אז מוישע שווענקט זיך דעם גאָרגל.

-- איך זע, -- גיט מוישע א זאָג, -- דו כאווערסט זיך שוין מיט ליאָװוע דעם מע- שוגענעם?.. א גוטן כאווער האָסטו זיך געפונען!

מוישע האָט זיך צעלאכט, און איך פיל, װי די אויערן הייבן בא מיר אָן ברענען.

-- איך... און ליאַװע? -- איך האָב געפּרוּווט זיך פארענטפערן. -- ער איז צו מיר אליין גאָר און פּלוצעם צוגעגאנגען, -- און איך גיב א געשריי צו ליאַװען: --- אנו, פארנעם זיך פונדאנען, מעשוגענער!..

29

ליאָװוע האָט א ציטער געטאָן, א טרייסל געטאָן מיטן קאָפּ און איז אנטלאָפן.

-- און װאָס האלטסטו עפּעס אזוינס אין דער האנט? -- האָט מיך מוישע געפרעגט וי נאָר ליאָווע איז נעלעם געװאָרן.

-- דאָס איז מײַן טאטנס א מאטאָנע!

-- ניט קיין שלעכט פּאפּקעלע, -- האָט ער א זאָג געטאָן מיט א פּאָנעם פון א גרויסן מייוון, -- אָבער ווייסטו װאָס, די פּאצאנען פון דער שכיינעסדיקער גאס האָבן געמאכט בא זיך א גוואלדיקן גליטש.

און מוישע האָט באוויזן זײַן גרויסן פינגער פונעם קולעק: ,װאָ!.

-- הײַדא מיט מיר! -- האָט ער פארענדיקט זײַן נײַס.

לאנג אײַנרעדן מיך האָט מוישע-װאָראָנע ניט געדארפט. אין א װײַלע ארום האָבן מיר זיך שוין ביידע געטראָגן איבער דער שכיינעסדיקער גאס צום אײַזדבארג. די פּאפּקע מײַנע האָט זיך מיר געפּלאָנטערט צװישן די פיס, געשטערט מיר לויפן, אָבער נאָר פונעם געדאנק, אז אינגיכן װעל איך זיך גליטשן בארג-אראָפּ, איז מיר שוין געװען גרינגער. און אָט שטייען מיר שוין העט אויבן. מוישע איז געווען גערעכט: טאקע א װונדערלעכער בארג! כעוורע, װער אף שליטעלעך, װער אף גליטשערס, װער פּאָשעט אף די אײגענע פיס און אף דעם אייגענעם געזעסל גליטשן זיך, שרײַען, גוואלדעווען...

-- נו, -- זאָגט צו מיר מוישע, -- גיב אהער דײַן פּאפּקעלע! באלד װעלן מיר זען, וויפל זי איז ווערט.

איך שטיי און קוק אים אָן. צי דען, טראכט איך, האָט מיר דער טאטע געקויפט די פּאפּקע, איך זאָל אף איר זיך גליטשן פונעם בארג?!

-- כא-כא, -- צעלאכט זיך מוישע, -- דאָס פּיצעלע קינד האָט זיך איבערגעשראָקן פאר זײַן געצאצקעט פּאפּקעלע!.. עס װעט איר גאָרניט שאטן!.. זאָג בעסער, אז דו האָסט פּאָשעט מוירע אראָפּצוגליטשן זיך פונעם בארג. ביסט א פּאכדן!..

--- ווער איז א פּאכדן?,. איך בין א פּאכדן?!

אין איין אויגנבליק בין איך שוין געזעסן אף מײַן פּאפּקע רײַטנדיק.

-- אנו, -- גיב איך מוישען א קאָמאנדע, -- גיי אוועק אין א זײַט! -- און איך שטויס זיך מיט די פיס אָפּ פונעם בארג...

איך פלי... די אויגן האלט איך פארמאכט... דער װוינט שמײַסט איבערן פּאָנעם, צופּט מיר די באקן, די אויערן, דעם שטערן...

-- הורא-א-א-א! -- שרײַ איך אפן גאנצן גאָרגל, -- הורא-א-א-א!..

מיטאמאָל שטעלט זיך מיר פאָר, וי איך בין א בודיאָנאָװעץ -- איך טראָג זיך אף א װײַסן פערד, פאָכע מיט דער שאשקע אין דער לופטן...

-- הורא-א-א-א!..

און פּלוצעם אינמיטן װעג גליטשט זיך די פּאפּקע ארויס אונטער מיר, איך קער זיך איבער אף א זײַט און בלײַב ליגן. איך ליג און מיט דער האנט האלט איך זיך אָן אין א שטיין (טאקע אין דעם זעלבן שטיין, איבער װעלכן איך האָב זיך איבערגעקערט). כ'האָב מוירע זיך א ריר טאָן פונעם אָרט. און פונדעסטוועגן דריי איך פּאװאָלינקע אויס דעם קאָפּ און הייב אָן זוכן מיט די אויגן מײַן פּאפּקע. און װאָס זשע זע איך? אונטן ווארפן זיך די כעוורע איבער מיט מײַן פּאפּקע, װי מיט עפּעס א מיאטשיקל. ,פאס, פאס!" -- טראָגט זיך פון דאָרטן, און די פּאפּקע מײַנע פליט פון איין פוס צו אן אנדערן..

-- הערט אוף!.. גענוג! -- הייב איך אָן שרײַען.

אָבער װער הערט מיך און װער פאָלגט מיך! איך בין שוין גרייט זיך צעװיינען.. אין דאָ זע איך, וי אף מײַן פּאפּקע גיט זיך א װאָרף ליאָװע, װי אן עכטער ווראטאר. פונוואנען האָט ער זיך דאָ גענומען? װי פונעם הימל אראָפּ! איך זע, ליאָװע האלט שוין מײַן פּאפּקע אין די הענט און איז שוין גרייט מיט איר צו מאכן פּלײטע. אָבער עמעצער פון די כעוורע שטעלט אים אונטער א פיסל, ליאָװע צעלייגט זיך אפן שניי, און די ייִנגלער הייבן אים אָן שלאָגן.

-- ליאָװע דער מעשוגענער! -- שיסט אויס א געשרי. -- גאנעוו!.. דערלאנג אים!.. גיב אים, ער זאָל געדענקען!..

פונוואנען נעמט זיך צו קינדער אזויפיל אכזאָריעס?!..

בעשאס כהאָב געפּױזעט אפן בויך פונעם בארג, זײַנען קימאט אלע כעוורע אװעק- געלאָפן נאָך ליאָװוען, וועלכער האָט זיך סאָפקאָלסאָף ארויסגעריסן פין זיי און איז אנטלאָפן.

26

מוישע-װאַראָנע האָט זיך אויך ערגעץ אהינגעטאָן, און מיר איז געבליבן נאָר נעמען די פיס אין די הענט און זיך גיין אהין, פונוואנען איך בין געקומען.

אינדערהיים האָב איך, פארשטייט זיך, װעגן מײַן פארפאלענער פּאפּקע קיין װאָרט ניט געזאָגט. אף װאָס האָב איך געהאָפט, ווייס איך ניט. עפשער אף א נעס? עס טרעפן זיר פאַרט אמאָל ניסים! אָט, לעמאָשל, אונדזער קאָטער. אין איינעם א טאָג איז ער פאר- שװוונדן געװאָרן און א גאנצע װאָך האָט מען אים ניט געזען און ניט געהערט. און פּלוצעם באװײַזט ער זיך אין שטוב, גלײַך װי גאָרנישט איז ניט געשען. די באָבע האָט דעמלט טאקע געזאָגט: אָ, א נעס איז געשען! דער קאָטער האָט זיך, דאנקען גאָט, געפונעןו" אָבער איין זאך איז א קאָטער, און אן אנדער זאך -- א פּאפּקע. א קאָטער האָט פיס, אין מײַן פּאפּקע װאָס האָט? א פּאָר זײַדענע הענטלעך?!

און דאָך איז אין יענעם פארנאכט געשען א נעס!..

איך האָב זיך שוין געגרייט צו לייגן שלאָפן, װי כ'הער פונעם צווייטן צימער עפּעס א פרעמד קאָל;

-- אנטשולדיקט מיר, סאיז שוין אזוי שפּעט! אָבער מײַן ליאָװועלע.. מײַן בידנע ליאָוועלע...

איך האָב טייקעף פארשטאנען, אז דאָס איז ליאָװעס מוטער, די מומע ריזל. זי איז, װײַזט אויס, געקומען קלאָגן זיך אף מיר.

-- די כעוורע האָבן אים הײַנט געהארגעט, געשלאָגן... קיין לעבעדיק אָרט איז אף אים ניט פארבליבן...

ניט איך האָב אים געשלאָגן, טראכט איך צו זיך װײַטער.

-- פארװאָס קומט עס אים?.. ער איז, נעבעך, אזוי אויך א דערשלאָגענער..

-- װאָס זשע בין איך אין דעם שולדיק?..

-- ליאָװעלע האָט מיר געזאָגט, אז דאָס איז אײַער זונס פּאפּקע...

איך גלייב ניט מײַנע אייגענע אױערן: דאָס פּאפקעלע מײַנס האָט זיך געפונען!. וי עס לאָזט זיך אויס, איז ער, ליאָװע, דאפקע ניט אזא מעשוגענער!..

יאָ, ליאָװע, דער אומגליקלעכער באָכער מיט די פּאָר דורכזיכטיקע, װי בא א קינד, אויגן, אין וועלכע עס פלעגט טאָמיד צאפּלען שרעק. אין עטלעכע יאָר ארום נאָך יענעם פאל מיט מײַן , שלימאזלדיקער" פּאפּקע איז ער אין א פראָסטיקן פארנאכט פארגאנגען ערגעץ װײַט אין טאָל, װײַזט אויס, זיך פארבלאָנדזשעט, ארויס פון די קיכעס און איז אנשלאָפן געװאָרן. אפן אנדערן טאָג האָט מען אים געפונען א פארפרוירענעם.

אף מײַן פּאפּקע איז איצט א ראכמאָנעס צו קוקן: צעפליקט און צעריסן, נאָר א סימען איז פון איר פארבליבן. און פונדעסטוועגן װעל איך זי סײַװיסײַ ניט ארויסווארפן -- זאָל זי דאָ, אפן בוידעם, ליגן -- פאָרט א מאטאַנע!

פון מײַנע אויצרעס האָב איך באזונדער ליב דעם יאם-מושל. סאיז מיר נאָר גענוג צולייגן אים צום אויער, װי איך הער באלד דעם רויש פונעם יאם. און צום שווארצן יאם בין איך אין דעם זומער געפאָרן מיט מײַן פעטער אזריעלן.

מײַן פעטער אזריַעל איז א פאָטאָגראף. עפשער דערפאר איז די גאנצע שטוב פאר- פלייצט מיט זײַנע פאָטאָגראפיעס. קימאט אף יעדער פאָטאָגראפיע איז מײַן פעטער פאַטאָ- גראפירט מיט אן אנדער פרוי. ווען מײַן זיידע שטויסט זיך אף זיי צופעליק אָן, װערט ער מיטאמאָל רוט און ברענגט ארויס איין װאָרט: , שיקסעס!".

און פארװאָס זײַנען זיי, די פאָטאָגראפיעס, מײַן זיידן אזוי ניט געפעלן?

וועגן דעם, אז דער פעטער אזריִעל קלײַבט זיך זומער פאָוֹן צום יאם, האָב איך פון אים געהערט נאָך ווינטער. אָבער ער האָט געקאַנט דעמלט װיסן, אז איך װעל פאָון איניינעם מיט אים? און אָט, ניט לאנג צוריק, גייט צו מיר צו מײַן פעטער און זאָגט:

-- נו,, פּלעמעניקל, דײַן מאמע האָט מיר דאָך אײַנגערעדט, מאָרגן װעלן מיר מיט דיר פאָרן צום שווארצן יאם, קיין קאראָלינא-בוגאז.

אויסהערנדיק די גליקלעכע בסורע, האָב איך דערפילט, װי אינװײיניק אין מיר הייבט אלץ אָן טאנצן און שפּרינגען. אף אן אָרט איז מיר שוין שװוער געווען זיך אײַנהאלט: איך מוז באלד, אין אָט דער. סעקונדע, ארויסלויפן אין דרויסן און איבער דער גאנצער גאס צעפּױקן און צעקלינגען: ,הורא! איך פאָר צום יאם!"

27

אין יענער נאכט פארן פאָרן בין איך שוין, פארשטייט זיך, ניט געשלאָפן. פּאַשעט געלעגן אפן קישן מיט די אָפענע אויגן, געקוקט דורכן פענצטער אף דער בלייכער, קײַלעכ- דיקער לעװאָנע, וועלכע װעט, דאכט זיך, אָט-אָט ארײַנקײַקלען זיך צו מיר אין צימער, און כ'האָב צו איר שטילערהייט גערדעדט:

--- דו װייסט, לעװאָנעלע, מאָרגן פאָר איך צום שווארצן יאם, קיין קאראָלינא-בוגאז.

דאָס איז זייער װײַט, זאָגט די מאמע, מע דארף אהינצו פאָרן מיטן צוג. און איז א צוג בין איך נאָך קיינמאָל ניט געפאָרן!.. דו האָסט כאָטש מיט איין אויג געזען דעם שווארצן יאם?.. איך האָב אים אויך ניט געזען. און פארװאָס רופט ער זיך ‏ שווארצער" יאם? צי איז ער טאקע אי שוארץ?. און וי שיין קלינגען די װערטער / קאראָלינא- בוגאז", דאכט זיך, נאָר אין די מײַסעלעך קאָן מען אזעלכע װערטער הערן.. דו האָב אף מיר ניט קיין פאריבל, לעװאָנעלע, איך װאָלט דיר אויך מיט זיך מיטגענומען, אָבער דאָס איז אומעגלעך: דער פעטער אזריִעל װעט עס ניט דערלאָזן. ער האָט שוין הײַנט דער מאמען געזאָגט: ,װאָס גיסטו אים מיט (הייסט עס מיר) אזויפיל שמאטעס? ער פאָרט דאָך אף דאָרעם, און ניט אף צאָפן!" אזויארום, לעװאָנעלע, װעסטו מוזן א ביסעלע צווארטן, ביזוואנען איך װעל זיך אומקערן... װאָס זאָגסטו? א, דו װילסט זיך מיט מיר געזעגענע.. בייג אָן דײַן קאָפּ, װעל איך דיר געבן א קוש אין שטערן, װי דער זיידע קושט מיך אמאָל... װאָס קיצלסטו זיך אזוי?..

און איך כאפּ זיך אוף. אין פענצטער איז קיין לעװאָנע נישטאָ, די זון קיצלט מיך גאָר אין דער נאָז, אז איך גיב אזש א ניס.

-- זײַ געזונט, אייניקל! -- דערהער איך דעם זיידנס קאָל, -- שטיי אוף, סאיז שוין טאָג אין דרויסן.

הײַנט דארף מען מיך לאנג ניט בעטן. איך שפּרינג אפגיך ארויס פונעם געלעגער.

-- און דער פעטער אזריִעל איז ניט אװעקגעפאָרן צום יאם אָן מיר?

-- וי קאָן ער דען אװעקפאָרן אָן דיר? נאָך בילעטן איז ער אוועק...

-- נאָך בילעטן? און מיר װעט ער אויך נעמען א בילעט?

-- פארשטייט זיך! -- זאָגט דער זיידע און גיט מיר א קוש אין שטערן. דעם זיידנס באָרד האָט עפּעס א באזונדערן היימישן רייעך. זי שמעקט מיט אונדזער שטוב, און עפשער פארקערט: אונדזער שטוב שמעקט מיטן זיידנס באָרד.

איך לויף ארײַן אין קיך. די באָבע פּאָרעט זיך באם פּרימוס, זי גרייט אונדז, װײַזט אויס, עסנווארג אין װעג. די מאמע איז פארנומען מיטן טשעמאָדאן. נאָכאמאָל און ווידער- אמאָל לייגט זי איבער מײַנע שמאטעס. זי האָט נאָר מוירע, אז עפּעס װעט זי פונדעסטוועגן פארגעסן מיר מיטצוגעבן. איך דריי זיך ארום דער באָבען, ארום דער מאמען, װי א גאנ- צער , פּאָרעץ" (אזוי האָט מיך אָנגערופן דער זיידע).

די צײַט האָט זיך געצויגן פאר מיר אין יענעם טאָג, װי א גומע אף מײַן ראָגאטקע. איך האָב שוין מיט אומגעדולד געווארט אף דער שאָ, װען מיר װעלן דארפן גיין צו דער סטאנציע. אין אָט איז די שאָ סאָפקאָלסאָף געקומען.

באגלייטן מיך מיטן פעטער איז געגאנגען די גאנצע מישפּאַכע. און פון דער היים אָן ביז דער סטאנציע האָב איך נאָר געהערט:

-- קוק, זאָלסט אין וואסער אליין ניט קריכן!..

-- זאָלסט אף דער זון לאנג ניט ליגן!..

-- זאָלסט גוט עסן און צוריק קומען א פּאָפּראװעטער!

-- זאָלסט פאָלגן!

-- זאָלסט!.. זאָלסט!.. זאָלסט!..

דאנקען גאָט, מיר פאָרן שוין!..

דו געדענקסט, פעטער אזריִעל, יענע נעסיע קיין קאראָלינא-בוגאז? איך װאָלט געװאָלט גלייבן, אז יאָ, װײַל קיין שום צעשיידונג און קיין שום מעלוכע-גרענעצן זײַנען ניט בע- קויעך צעשפּאלטן, צערײַסן און צעטיילן די יאָרן, װאָס מיר האָבן מיט דיר איבערגעלעבט איניינעם, אף , דײַנס" און אף , מײַנס".

דאכט זיך, װאָס איז אזוינס פאָרגעקומען?

מיר לעבן מיט דיר אין איין װועלט, אונטער איין הימל, און די זעלבע שטערן קוקן אראָפּ אף דיר און אף מיר -- מע קאַן דען דאָס אלץ צעטיילן? און דאַך איז בא אונדז נאָך אנומלטן געווען איין באזונדער שטיקל װעלט -- א װוינקעלע אונטערן הימל, װוּ עס האָבן בלויז פאר דיר און פאר מיר געשמייכלט די שטערן. צי דען האָט זיך עס געקאָנט

28

אין איינעם א טאָג צעשיטן, װי יענער זאמד-שלאָס, װועלכן ס'האָט געמאכט יענץ פינפ- יאָריק ייִנגעלע באם סאמע ברעג פונעם שווארצן יאם?

אין צוג, לאָזט זיך אויס, קאָן מען פאָרנדיקערהייט זייער שיין סײַ עסן, סײַ שלאָפן, ניט ערגער, וי אינדערהיים. יענער דיקער מאנצבל, װאָס פאָרט מיט אונדז אין איין קופע, באװײַזט נאָר אָפּצועסן, װי ער צעלייגט זיך באלד אף זײַן פּאָליצע און גיט אף א פּאַר שאָ א כראָפּע אוועק. דערנאָך כאפּט ער זיך אוף, קוקט זיך ארום, װי איינער רעדט: ,וו בין איך?" און זעצט זיך ווידעראמאָל עסן.

אינטערעסאנט, װאָס װעט דער דיקער מאנצבל טאָן, װען סװועט זיך אים ענדיקן דאָס עסנווארג?

דער פעטער אזריעל בלעטערט עפּעס א זשורנאל, און איך זיץ נאָך אלץ באם פענצ- טער און עס דאכט זיך מיר, אז איך קוק קינאָ -- יעדעס מאָל זע איך פאר זיך אן אנדער בילד. די רעדער קלאפּן; ,טעגעדין-דין... טעגעדין-דין..." און איך הוידע זיך צוביסלעך הין און הער, וי אין א וויגעלע.

מײַן באָבע האָט לִיב צו דערציילן, אז ווען איך בין געווען א קליין-קליין קינד, האָט נאָר זי געדארפט מיך אײַנװיגן. אויב עמעצער אן אנדערער, אפילע די מאמע, פלעגט איבערכאפּן מיט דער האנט דאָס ויגעלע בעשאסן הידען זיך, פלעג איך עס טייקעף דערפילן און אָנהײיבן שרײַען: ,באָבע, וויג דו!."

אין קופּע איז שא-שטיל, דער שלאָפנדיקער מאנצבל האָט אפילע אופגעהערט כראָ- פּען, עס הערט זיך בלױיז, וי דאָס לעפעלע ציטערט דריבנע אין דער לײידיקער גלאָז, װאָס שטייט אפן טישל, און עס דאכט זיך, אז עס קלינגען הונדערטער גלעקעלעך. די קלינגערײַ צעגיסט זיך אין מיר, פילט מיך אינגאנצן אָן. עס קלינגט מיר שוין אין די אויערן, אין קאָפּ... די שיינע בילדער, װאָס שווינדלען דורך אין פענצטער, צעשווימען זיך, צערינען זיך, און איך זע שוין פאר מײַנע אויגן אונדזער הויף, די שטוב, װוּ עס זײַנען פארבליבן מײַנע עלטערן, די באָבע מיטן זיידן, איך פיל אפילע דעם רייעך פון מײַן זיידנס באָרד... עס װערט מיר אזוי אומעטיק און עלנט, און עס פאלט אף מיר אָן אזא בענקעניש אז איך הייב אָן צן ויינען:

כװי? ניט צום יאם... איך װיל ניט קיין קאראָלינא-בוגאז... איך יל אהיים!.

. און פונדעסטוועגן איז געשען יענער טאָג פון דײַן אװעקפאָרן.

מיר זײַנען געשטאנען מיט דיר אף דער פּלאטפאָרמע פונעם קעשענעװוער װאַקואל איינער אנטקעגן אנדערן, פּאָנעם-על-פּאַנעם. דו האָסט ארײַנגעקוקט אין מײַנע אױגן, און איך -- אין דײַנע, איך װײיס ניט, װאָס דו האָסט געזוכט און געפונען אין מײַן בליק. אין דײַנע אפּלען האָב איך אָבער דערזען א פארגליווערטע אָפּשפּיגלונג פון יענעם הויף, פון יענער שטוב, װוּ עס זײַנען פארבליבן די נאָענטע און טײַערע פאר דיר נעשאָמעס. דו האָסט נאָר געזאָגט: ,אזוי איז, װײַזט אויס, באשערט!"..

אינדערפרי האָב איך נאָר באוויזן אופמאכן די אויגן, װי כ'בין טייקעף צוגעפאלן מיטן פּאַנעם צום וואגאָן-פענצטער. א רעגע האָב איך א טראכט געטאָן, אז באנאכט, בע- שאס איך בין געשלאָפן, האָט זיך איבערגעקערט דער הימל, און מיר פאָרן איצט מיטן קאָפּ אראָפּ און מיט די פיס ארוף. א געפּלעפטער, גיב איך א קוק אף מײַן פעטער, װאָס שטייט שוין אויך באם פענצטער.

-- נו, אָט, -- זאָגט ער, -- זעסטו פאר זיך דעם שווארצן יאם!

װעגן דעם, אז נאָך נעכטן פארנאכט האָב איך גערעװעט, װי א קליין קינד: , איך וויל אהיים!', האָב איך, פארשטייט זיך, פארגעסן. די וואסער, די זאמד, די זון האָבן מיך גערייצט איצט און גערופן צו זיך...

...,אזוי איז, װײַזט אויס, באשערט!' -- האָסטו שטיל געזאָגט און א שפּאן געטאָן צו דײַן צוג ,קעשענעוו -- טשאָפּ",

די באן האָט זיך מיט א קלאפּערײַ גערירט פונעם אָרט. דײַן בלאס פּאָנעם האָט זיך באוויזן אין פענצטער פון דעם ואגאָן. דו ביסט נאָך געווען אזוי נאָענט פון מיר און שוין אזוי װײַט פון דעם אלעמען, װאָס האָט אונדז פריִער פארבונדן... טעגעדין-דין, טעגעדין-דין... האָבן אלץ שטילער און שטילער געקלאפּט די אײַזערנע רעדער, װי א פארשפּעטיקטער װידערקאָל פון יענער נעסיִע צום שווארצן יאם.

פץ

איך בין נאָך לאנג געשטאנען אפן פּעראָן און אן אײַנגעשפּארטער געדאנק האָט מיר ניט געגעבן קיין דו:

;דו בניססם פיה צפֿעס גצבליבן סשולדיק. פעטער"

אָבער װאָס?

װי עס האָט זיך אױסגעלאַזט, האָבן מיר מיטן פעטער אזריִעלן געדארפט זיך בא- װאָרענען מיט א װוינונג. און ויאזוי איז מיר פריער ניט געקומען אין קאָפּ, אז ערגעץ דארפן מיר דאָך װוינען?

און אָט גייען מיר ארום פון שטוב צו שטוב און זוכן א צימער. און דאָס, װי כ'האָב פארשטאנען, איז ניט קיין גרינגע זאך. אומעטום, בא װועמען דער פעטער מײַנער זאָל ניט פרעגן, הערן מיר בלויז איין װאָרט: ,סעזאָן!" כאָטש נעם און פאָר צוריק אהיים.

דאָס אָרט מיט אזא קלינגענדיקן נאָמען קאראַלינא-בוגאז איז, נאָך אלעמען, א קליין דערפל. לענגויס א לאנגן אספאלטירטן וועג, איבער װועלכן עס פאָרן אָן אופהער אהין און אהער אװטאָמאָבילן, שטייען קליינע שטיבלעך, וועלכע מע רופט דאָ ,דאטשעס". און אָט אין די-אָ דאטשעס, ענלעכע אף אונדזער שטאל, װוּ מיר האלטן די ציג אונדזערע נאָנע, װױנען ,דאטשניקעס". דעם פעטער אזריעלן זײַנען די שטיבלעך דאפקע יאָ געפעלן ער זאָגט, אז דאָ באם יאם איז ניט אזוי װיכטיק, װוּ מע װוינט, אבי עס זאָל זײַן װוּהין דעם קאָפּ אוועקצולייגן. מענטשן, זאָגט װײַטער דער פעטער, פאָרן אהער, קעדיי כאפּן א פריש ביסל לופט, װײַל אזא לופט, וי דאָ, איז אין ערגעץ ניטאָ.

און װּאָס האָט ער, מײַן פעטער, געפונען אזוינס אין אָט דער לופט? א לופט װי א לופט-- ניט בעסער איידער אף אונדזער גאס. עמעס, דאָ, אין קאראָלינא-בוגאז, פילט זיך ניט יענער הארב-ביטערער רייעך, וועלכן עס לאָזט אמאָל ארויס די בעלצער פוטער- פאבריק.

סאָפקאָלסאָף האָט אונדז אָפּגעגליקט, און בא איינער א באלעבאָסטע האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט. מיר מיטן פעטער זײַנען שוין אויך געװאָרן עכטע דאטשניקעס.

יעדן אינדערפרי נאָכן פרישטיק גייען מיר אפן פּליאזש.

מענטשן -- קליינע און גרויסע, דיקע און דארע. מע ליגט אפן בויך, אף דער פּלייצע, אין פארשיידענע פּאָזעס, אלע קימאט נאקעטע, קיין שפּילקע איז ניטאָ װוּהין צו ווארפן. יעדער! כאפּט אָפּ זײַן כיילעק פרישע לופט. ארום און ארום שטייט א ראש, א זשום, א קװיטשערײַ, אז מע קאָן פארהלושעט וערן. אָט דאָס הייסט פּליאזש".

איך האָב געמאכט אן אנטדעקונג: די יאם-וואסער איז געפערלעך געזאלצן. איצט פארשטיי איך שוין, פארװאָס דער הערינג, וועלכן די באָבע קויפט אין קלייט, איז אויך א געזאלצענער. שווימען, זאָגט מײַן פעטער, שווים איך, װי א האק, כא-כא! װוּ האָט ער געזען, אז א האק זאָל שווימען? גיב איך זיך מיטן קאָפּ א טונק אײַן אין וואסער און נעם פאָכען מיט די הענט, װי אן עמעסער שווימער.

-- גענוג! -- הערט זיך אָבער מײַן פעטערס קאָל. -- גענוג זיך פּליוסקען, קריך ארויס! דו ציטערסט שוין, װי א בעבריקל...

דעם עמעס געזאָגט, בין איך טאקע א ביסל פארפרוירן געװאָרן, נאָר באָדן װאָלט איך זיך געבאָדן פון אינדערפרי ביז פארנאכט. אָבער מיטן פעטער אזריעלן איז גלײַבער זיך ניט צו כאָכמענען. די אלע זאכן, װעלכע מ'האָט מיר אָנגעזאָגט פארן אװעקפאָרן אהער, האָט דער פעטער פארגעדענקט בעסער פון מיר.

איך ליג אף דער הייסער זאמד און קוק זיך ארום.

א מאָדנע זאך: דאָ אפן פּליאזש פארגעסן, דאכט זיך, אף א צײַט די דערוואקסענע, אז זיי זײַנען שוין ניט קיין קינדער. מע שפּילט זיך אין זאמד, מע מאכט פארשיידענע שלעסער, טורעמס, קאָלערלײ פיגורן, מע קלײַבט צונויף מושלען, מע לויפט איינער נאָכן אנדערן, מע גיסט זיך אָפּ מיט וואסער אָדער מע גראָבט אויס א טיפע גרוב, און דערנאָך פארשיט מען זיך מיטן זאמד אזוי, אז נאָר דער קאָפּ שטעקט קאָמיש ארויס, װי א הייפטל קרויט. איך מיין, אז עס קומט אזוי פאָר דערפאר, װײַל די דערוואקסענע גייען אפן פּליאזש ארום נאקעט און באָרװעס, באגלײַך מיט אונדז, מיט די קינדער!

יענעם דיקן מאנצבל, וועלכער איז געפאָרן מיט אונדז אין איין קופּע, קאָן מען אויך דאָ באגעגענען. װען דער פעטער אזריעל האָט אים דאָס ערשטע מאָל געזען ארײנ- גיין אין וואסער, האָט ער מיט א שמייכעלע געזאָגט:

-- יאָ, אין טערקײַ װעט, מיסטאמע, באלד זײַן א מאבל!

2* 30

לעבן אונדז, אין א װײַסער פאטשיילע אפן קאָפּ, אײַנגעהילט אין א לײַלעך, זיצט אן אלטיטשקע. אף דער נאָז איז איר אָנגעקלעפּט א שטיקל פּאפּיר און נאָר דער סאמע שפּיץ שטעקט פון אונטערן פּאפּירל קאָמיש ארויס. זי זיצט און מיט דער רעכטער האנט פארשטעלט זי די אויגן און דעם שטערן פון דער שײַן.

-- איר ווייסט, -- גיט זי א זאָג צום פעטער, -- אפן פּליאזש איז עפּעס אן אָסאָבע- נע זון. איך בין נעכטן אהער געקומען צו פאָרן, און הײַנט בין איך שוין אינגאנצן אָפּגץ- סמאליעט...

און גלײַך װי אומיסטן, קעדיי מיר זאָלן זיך אין דעם איבערצײַגן. האָט זיך דאָס פּא- פּירל אף איר נאָז אָפּגעקלעפּט און אראָפּגעפאלן. דאָס, װאָס עס רופט זיך נאָז", איז בא דער אלטיטשקער געווען מער ענלעך אף א מער, וועלכן מ'האָט ניט באוויזן אָפּצושײלן ביזן סאָף.

-- נו אָט, -- פארלירט זי זיך, -- זעט איר שוין אליין! -- און מיט דער דלאַניע פארשטעלט זי די נאָז אירע. -- ווען מײַנער, זאָל זיך מיִען, װאָלט געקאַנט איצט אופשטיין פונעם קייווער און כאָטש מיט איין אויג א קוק טאָן אף מיר, װאָלט ער, דאכט זיך, פון שרעק צוריק געשטאָרבן.

די אלטיטשקע גיט שווער א זיפץ און דערציילט װײַטער:

-- כוועל אײַך זאָגן דעם עמעס, איך דארף דעם יאם אף קאפּאָרעס, נאָר די קינדער מײַנע, ס'זאָל מיר זײַן פאר זיי, האָבן זיך צוגעטשעפּעט צו מיר:

-- ,פאָר, מאמע, צום יאם! ווארעם זיך אויס א ביסל דײַנע אלטע ביינער. דאָס גאנ- צע לעבן האָסטו געװוּסט נאָר פון האָרעװען -- גענוג! רו זיך שוין א ביסל אָפּ אויך". איצט זעט איר שוין אליין, ויאזוי כ'האָב זיך די ביינער מײַנע אויסגעווארעמט.. סאיז פֿאָשעט א בושע פאר מענטשן....

דערנאָך האָט די אלטיטשקע געפרעגט, װוּ מיר האָבן זיך מיטן פעטער אָפּגעשטעלט, און פונוואנען מיר זײַנען געקומען צו פאָרן? דערוויסנדיק זיך, אז מיר זײַנען געקומען פון בעלץ, האָט זי זיך זייער דערפרייט, װײַל אין בעלץ האָט זי קרויווים, וועלכע װוינען לעבן אלטן מארק. װײַטער האָט זי געזאָגט, אז אליין שטאמט זי פון טעלענעשט, אָבער נאָר דער מילכאָמע לעבט זי מיט דער טאָכטער אין אוריִעװו. די טאָכטעה איז בא איר א פּעדיָאטער און ניט קיין פּאָשעטער פּעדיָאטער, נאָר דער בעסטער פּעדיאטער אין שטאָט. און באָטש סאיז, זאָגט זי, דאָ א װערטל װעגן די אוריעווער מעשוגאַיִם, איז עס ניט אינגאנצן אזוי,, װײַל אין אוריִעוו זײַנען פאראן קלוגע מענטשן אויך. ווען די אלטיטשקע האָט זיך דערװוסט, אז מײַן פעטער איז ניט קיין כאסענע געהאטער, האָט זי פּלוצעם א געשריי געטאָן:

-- אוי, גאָט אליין האָט אײַך צוגעשיקט, כ'האָב פאר אײַך א מיידל -- אזוינס װי אזעלכס! א יונגס, א שיינס און שטיל איז זי, װי א טויב, און א בעריע, און מיט אָבראזאָ- וואניע -- מיט איין װאָרט -- בא אלע אונדזערע ליבע פּרײַנט זאָלן זײַן אזעלכע קינדער.. זי װעט אײַך געפעלן װערן!..

און דאָ פיל איך, װי אין די אויערן חייבט בא מיר עפּעס אָן קלינגען.. אפן לײַב טרעט ארויס א קאלטער שווייס... עס װערט מיר מיטאמאָל פינצטער אין די אויגן.. און די אלטיטשקע איניינעם מיטן פעטער און מיטן גאנצן פּליאזש דרייען זיך, װי אף א קא- רוסעל... איך באװײַז נאָר דערהערן: ,..כ'האָב אײַך געזאָגט, אז דאָ איז אן אָסאָבענע זך."

..דו ביסט מיר, פעטער, עפּעס געבליבן שולדיק, נאָר װאָס?..

א פּאָר טעג בין איך געזעסן אין שטוב. דער פעטער אזריִעל האָט מיר אפילע פאר- באָטן די נאָז ארױיסװײַזן אף דער זון.

דער באלעבאָס אונדזערער, איוואן קירילאָװיטש, איז אן אײַזנבאנער אף דער היגער סטאנציע. קימאט יעדן טאָג נאָך דער ארבעט נעמט ער זײַנע װענטקעס און גייט כאפּן פיש. צוריק קערט איוואן קירילאָװיטש זיך אום שוין פארנאכט און ניט מיט קיין ליידיקע הענט. אף א לאנג שנירל זײַנען פון אויבן ביז אראָפּ אָנגעסיליעט שווארצע פישלעך מיט גרויסע, קײַלעכדיקע קעפּלעך, וועלכע איוואן קירילאָװיטש רופט , ביטשקי". נאָך פונדער- װײַטנס הערט זיך זײַן באסאָװוע שטים: ,כאָזײַקא, פּרימײַ אולאָו!' און פון דער שטוב לויפט ארויס א צופרידענע אונדזער באלעבאָסטע ליודמילא פּאװלאָוונא.

1

אינגיכן שטייט שוין די וועטשערע אפן טיש, און דער באלעבאָס פארבעט אונדז מיטן פעטער זעצן זיך עסן. די געפּרעגלטע פישלעך שמעקן אזוי געשמאק און כ-אָמטשען אזוי הילכיק אונטער די ציין, אז כװאָלט זיי, דאכט זיך, געקאָנט עסן און עסן -- גיב נאָר. און ליודמילא פּאװלאָוונא טראָגט יעדעס מאָל צו צום טיש א נײַע פּאָרציע פישלעך.

איוואן קירילאָװיטש עסט די געפּרעגלטע פישלעך מיט א באזונדערן געפיל. מיט איין ריר טיילט ער אָפּ פון די פישלעך די קעפּלעך און לייגט זיי צונויף אין א בערגל בא זיך אפן טעלער. דערנאָך, אָנהײבנדיק פונעם עק, נעמט ער קײַען פּאמעלעך יעדעס פישל מיט די ביינדלעך איניינעם. מע הערט נאָר: כראָמזש, כראָמזש.. און װוען מיט די פישלעך וערט שוין פארענדיקט, קומט אויך די צײַט פארן בערגל קעפּלעך. קיין ביינדעלע לאָזט איוואן קירילאָװיטש ניט דורך -- זויגט עס אויס פון אלע זײַטן, אונטערטשמאָקענדיק מיט די ליפּן, און שוין דאָס צעקײַטע און דאָס אויסגעזויגטע שפּײַט ער אויס אף דער אונטערגעשטעלטער דלאָניע.

אָבער איין זאך איז עסן געפּרעגלטע פישלעך, און אן אנדער זאך -- כאפּן לעבעדי- קע. אך, װאָלט געווען גוט, ווען איוואן קירילאָויטש װאָלט מיך כאָטש איין מאָל מיטגענו- מען מיט זיך כאפּן פיש. איך שטעל זיך שוין פאָר, וויפל פיש װאָלטן מיר געבראכט אהיים. ליודמילא פּאװלאָװונא װאָלט זיי, מיסטאמע, געפּרעגלט פון פארנאכט ביז אינדערפרי.

זינט מיר זײַנען אהער געקומען, האָט מײַן פעטער זיך געמאכט א טעווע נאָכן מיטיק צולייגן זיך אף א פּאָר שאָ. דער יאם, זאָגט ער, נעמט בא אים אװעק אלע קױכעס. און פון װאָס, װאָלט איך געװאָלט װיסז, װערט ער, מײַן פעטער, אזוי מיד? עפשער פו- געם באָדן זיך צי פונעם ליגן אפן זאמד? אָבער דאָס, װי סװואָלט געזאָגט דער זיידע, איז ניט מײַן אייסעק! ער ויל זיך אָפּרוען -- געזונטערהייט, אבי טשעפּע מיך ניט! װוּ זשע קאָן אזוינס זײַן? איך מוז אויך באגלײַך מיטן פעטער ליגן אין מײַן בעטל און קוקן אף דער סטעליע. יאָ, זײַן א קינד איז טאקע זייער שװער! דאָס טאָר מען ניט, יענץ דארף מען ניט. סאיז דען א לעבן?! א גאנצע מוטשענינע! אן אנדער זאך -- א דערוואקסענער מענטש: װאָס ער וויל, דאָס טוט ער! און קיינער װעט אים קיין װאָרט ניט זאָגן. אָט, לעמאָשל, טאקע מײַן פעטער אזריעל. וויפל מאָל האָט אים שוין דער זיידע געזאָגט, אז אף די ,טאנצולקעס" זאָל ער אופהערן צו לויפן און זיך ניט אומקערן אחיים אזוי שפּעט באנאכט. אייסעך -- עס העלפט אים, זאָגט דער זיידע, װי א טויטן באנקעס! אף אלץ האָט מײַן פעטער איין ענטפער: , איך בין שוין ניט קיין פּיצעלע קינד!" און ווען איך װאָלט זיך דערלויבט אזוינס? אָדער רייכערן, קימאט אלע מאנצבלען רייכערן! אָבער, ווען דעם פעטערס כאווער האָט מיך אויסגעלערנט לאָזן פון א ציגײַער קליינע, בלוילעכע רעדעלעך, האָט זיך אין שטוב בא אונדז געטאָן כוישעך.

אָט פריִער, דערציילט דער אלטער בארביערו, אין זײַנע צײַטן, האָט מען זיך מיט די קינדער ניט געװאָזגעט אזוי. מע פלעגט, זאָגט ער, כאפּן אינדערפרי א שטיק מאמאלי- גע, אויב ס'איז, פארשטייט זיך, געווען, און ביז פארנאכט האָט מען דיך שוין אינדער- היים ניט געזען. און איצט, זאָגט בארביערו, טראָגט מען זיך מיט זיי ארום, װי מיט א ציילעמל אפן האלדז,

ניין זײַן אין הײַנטיקע צײַטן א קינד איז זייער שווער.

אין איינעם א באטאָג ליג איך אזוי און הער זיך צו, װי מײַן פעטער אָטעמט. מיט א דינינקן פײַף ציט ער אין זיך ארײַן די לופט (די בארימטע קאראָלינא-בוגאזער לופט), פארהאלט אף א װײַלע דעם אָטעם און שוין גיך, דורך די נאָזלעכער לאָזט ער פון זיך די לופט ארויס. איך פּרוּוו אים נאָכמאכן, עס באקומט זיך אָבער ניט בא מיר גאַרנישט. ס'הייסט, דער פּײַף באקומט זיך גראָד יאָ, נאָר פארהאלטן דעם אָטעם אזויפיל, וי מײַן פעטער פארהאלט אים, קאָן איך בעשום-אויפן ניט! און פּלוצעם הערט זיך פון דרויסן, וי איוואן קירילאָװיטש זאָגט זײַן װײַב, אז ער גייט כאפּן פיש. ס'האָט מיך װי מיט א נאָדל א שטאָך געטאָן. אין איין רעגע בין איך געווען אין דרויסן,

איוואן קירילאַװיטש מיט זײַנע װענטקעס איז שוין גרייט געווען זיך לאָזן אין װועג ארײַן. דערזעענדיק אָבער, װי כ'בין ארויסגעלאָפן פון דער שטוב, האָט ער א קוק געטאַן אף מיר און בלויז מיטן קאָפּ צוגערופן מיך צו זיך.

== גאן דערזשי! -- זאָגט ער מיט זײַן באס, און שטרעקט מיר אויס איינע פון זײַנע ווענטקעס...

הורא, איך גיי כאפּן פיש! די ווענטקע, װאָס איוואן קירילאָויטש האָט מיר געגעבן, האלט איך אפן אקסל, װי אן עמעסער פישעף. א שאָד פּאָשעט, װאָס קיינער פין מײַנע כאוויירים זעט מיך ניט איצט. אינטערעסאנט, װאָס װאָלטן זי אף דעם אלעמען געזאָגט?

2--8 32

מוישע-װאָראָנע װאָלט, מיסטאמע, א שנאָרכע געטאַן מיט דער נאָז און ארויסגעפאַנפעט: ,נישקאָשע, ניט קיין שלעכט ווענטקעלע, אָבער װאָס װעסטו אף דעם כאפּן?" מוסיע װאָלט, פארשטייט זיך, געזאָגט, אז זײַן טאטע װעט אים קויפן א בעסערע װענטקע. סיאַמקע- שפּײַ װאָלט פריִער הילכיק א שפּײַ געטאָן צװוישן די ציין, און ערשט דערנאָך באטראכט די ווענטקע פון אלע זײַטן.

וויפל מיר זײַנען מיט איוואן קירילאָװיטשן געגאנגען, ווייס איך ניט. ניט אומזיסט טײַנעט דער זיידע, אז מיט א גרינג הארץ איז גרינג צו גיין. זאָגן דעם עמעס, איז מיר אפן הארצן געווען א ביסעלע קאלעמוטנע, װײַל דעם פעטער אזריִעלן האָב איר װעגן מײַן אוועקגיין אפילע קיין װאָרט ניט געזאָגט, נאָר פון דער אנדערער זײַט, װיאזוי האָב איך אים געקאַנט עפּעס יאַ זאָגן, אז וען מיר זײַנען אוועקגעגאנגען, איז ער נאַך גע- שלאָפן?

דאָס אָרט, װוּהין איוואן קירילאָװיטש האָט מיך געבראכט צו פירן, געפינט זיך פּונקט אונטער א גרויסער בריק. דאָ, זאָגט איוואן קירילאָװיטש, איז אקוראט דאָס אָרט, װוּ דער לימאן גיסט זיך צונויף מיטן יאם, און די בעסטע , ביטשקי" האלטן זיך נאָר דאַ, אונטער דער בריק.

וי נאָר מיר זײַנען געקומען אף אָט דעם אָרט, האָב איך אפגיך פאנאנדערגעוויקלט מײַן ווענטקע און ארײַנגעװאָרפן דאָס האטשיקל אין וואסער ארײַן.

-- פּאָגאָדי! -- האָט א געשריי געטאָן איוואן קירילאָװיטש. -- א נאזשייוקו-טאַ, זאביל?!

איך האָב דערפילט, וי די באקן הייבן בא מיר אָן פלאמען, פּונקט וי נאָך א גוטער פּאַרציע קניפּן. איך שלעפּ שוין ארויס דאָס האטשיקל און גיב די ווענטקע איבער איוואן קירילאָװויטשן.

כאפּן פיש, װי עס לאָזט זיך אויס, דארף מען ערשט קענען!

א רויט לאנג ווערעמל שלענגלט זיך, רינגלט זיך, פּרוּװוט זיך ארויסגליטשן פון איוואן קירילאָװויטשעס פינגער, מיט איין ריר גיט ער עס אָבער א סיליע אָן אפן האטשיקל. דער- נאָך נעמט איוואן קירילאָוויטש אָן אן עק פון דער ווענטקע און טוט די ווענטקע א װאָרף אף צוריק און פאָרויס. אין דער לופט גיט עפּעס א סווישטשע און די ווענטקע טוט א פּליוך אין וואסער ארײַן... איך זע, װי דאָס שווים-העלצל שטעקט שוין אפן אויבערפלאך, הוידעט זיך גרינג אף די כוואליעס...

איוואן קירילאָװויטש באװײַזט נאָר ארײַנווארפן די האטשיקלעך פון זײַנע צװיי ווענטקעס, װי די שווים-העלצלעך הייבן באלד אָן טאנצן. ער שלעפּט ארויס איין פישל נאָכן אנדערן, און איך האָב נאָך גאַרנישט ניט געכאפּט. עפשער, טראכט איך, זײַנען בא אים עפּעס פארקישעפטע װערעמלעך? און פּלוצעם א קלינגערײַ, א קלאפּערײַ -- אף דער בריק באװײַזט זיך א צוג. פון שרעק גיב איך א שלעפּ צו זיך די װענטקע און פארמאך די אויגן. עס דאכט זיך, אז די בריק װעט באלד אײַנפאלן איניינעם מיטן צוג, און פון מיר װעט אפילע קיין סימען ניט בלײַבן.. טעגעדין-דין... טעגעדין-דין... אינגיכן אָבער װערט שטילער. איך עפן פּאמעלעך אוף די אויגן: די ווענטקע האלט איך אין די הענט, אָבער װוּ איז מײַן שווים-העלצל? אין וואסער זע איך עס ניט!.. איך גיב א קוק אין א זײַט -- א שווארץ, לעבעדיק פישל טעלעבענדעט זיך אפן שנירל פון מײַן װענטקע! צי דען האָב איך עס אליין געכאפּט?

א װײַלע שטיי איך, װי א פּריטשמעליעטער און קאָן פונעם געכאפּטן פישל קיין אויג ניט אוועקנעמען. עס הייבט זיך מיר אפילע אָן אױיסװײַזן, אז דער ,, ביטשאָק" איז ניט קיין ,ביטשאָק, נאָר א גאנצער ,ביק". איוואן קירילאָװיטש גייט צו מיר צו, גיט מיר א שויבער דעם קאָפּ און זאָגט:

-- מאָלאָדיעץ! װאָט עטאָ ריבאק!

איך שטיי שוין װײַטער מיט מײַן וענטקע אין די הענט און ווארט -- איך ווארט אף אן אנדער צוג, קעדיי כאפּן נאָך איין פישל...

אהיים האָבן מיר זיך אומגעקערט, וען אין דרויסן איז שוין געװוען פינצטער. דאָס שנירל מיט די געכאפּטע פישלעך האָט איוואן קירילאָויטש פארטרויט מיר צו טראָגו. און כאָטש טראָגן עס איז מיר געווען ניט גרינג, האָב איך דאָס שנירל סײַװיסײַ פון די הענט ניט ארױיסגעלאָזט. אָט, מוישעלע, האָב איך געטראכט, טאקע א שאָד, װאָס דו זעסט מיך ניט מיט אָט די-אָ פישלעך, דו װאָלסט שוין דעמלט גאָרנישט ניט געקאָנט זאָגן!

03

ס'איז מיר געווען פריילעך און גוט! איך האָב געקוקט אפן הימל, װי די שטערנדלעך האָבן זיך געפּאָרקעט, װי געלע פּיצינקע הינדעלעך. א פריש, פײַכט ווינטל האָט וען-ניט- ווען מיר געלעקט דאָס פּאָנעם, פּונקט וי מײַן הינטל פּופיק מיט זײַן ראָזעװע צינגל.

װאָס נעענטער מיר זײַנען צוגעקומען צו אונדזער שטוב, אלץ מער האָב איך גע- פילט, װי די פרייד מײַנע גייט ביסלעכװײַז אויס. איך האָב זיך שוין קלאָר פאָרגעשטעלט, װאָס פאר א באגעגעניש שטייט מיר פאָר, און כ'האָב שווער געזיפצט.

-- אָבאָידיאָטסיא, מאליי, אָבאָידיאָטסיא!..

-- יאָ, ס'איז גרינג צו זאָגן , אָבאָידיאָטסיא....

די צײַט, װאָס מיר האָבן מיט מײַן פעטער אזריִעלן פארבראכט באם יאם, איז דורכ- געפלויגן, װי איין טאָג. דאכט זיך, ערשט נעכטן זײַנען מיר אהער געקומען צו פאָרן, און אָט הײַנט פארנאכט פאָרן מיר שוין צוריק אהיים. ביזן אָפּפאָר, זאָגט מײַן פעטער, איז נאָך געבליבן א ביסל צײַט, און מיר גייען זיך געזעגענען מיטן שווארצן יאם. איצט פארשטיי איך שוין, פארװאָס מע רופט אים ‏ שווארצער" -- אלע מענטשן, וועלכע קומען אהער זיך אָפּרוען, פאָרן פונדאנען אוועק שווארצע, װי די נעגערס.

שוין שטייענדיק באם וואסער, נעמט דער פעטער אזריִעל ארויס פון דער קעשענע א קאָפּעקע, לייגט זי מיר ארײַן אין דער האנט און זאָנט:

-- נא דיר, פּלעמעניקל, א מאטבייע און ווארף זי ארײַן אין יאם!

= ליב װאָט?

-- אזוי דארף מען, קעדיי ווען-ניט-איז זיך נאָכאמאָל אומקערן אין די ערטער!..

..איך האָב זיך דערמאָנט, פעטער אזריעל -- דאָס ייִנגעלע האָט עס מיך ניט געלאָזט פארגעסן: דו ביסט מיר געבליבן אייביק שולדיק דאָס אומקערן זיך צום שווארצן יאם, צום ווינקעלע אונטערן הימל, װוּ עס האָבן צו דיר און צו מיר געשמייכלט איין און די זעלבע שטערן...

דאָס טירל גיט א סקריפּ און אפן בוידעם יאװעט זיך ארײַן אונדזער קאץ. זי איז, װײַזט אויס, געקומען כאפּן מײַז, און גראָד די טעווע איחע איז מיר ניט צום הארצן, װײַל אויב די קאץ װעט אויסכאפּן פונעם בוידעם אלע מײַז, קאָן איך, כאָלילע, בלײַבן אָן ציין. װי קומען מײַנע ציין צו די מײַז? זייער פּאָשעט: ניט לאנג צוריק זײַנען בא מיר ארויס- געפאלן מיטאמאָל צוויי אונטערשטע ציין. און װוען איך בין מיט אָט די ארויסגעפאלענע ציין צוגעגאנגען צו דער באָבען און א פרעג געטאָן בא איר, װאָס זשע זאָל איך איצט מיט זיי טאָן, האָט מיר די באָבע געגעבן אן אייצע: נעם, האָט זי געזאָגט, אָט די צויי ציינדעלעך, ווארף זיי ארוף אפן בוידעם און זאָג: , מײַזעלעך, מײַזעלעך, האָט אײַך מילכי- קע ציינדעלעך, און איר גיט מיר אײַזערנע!" האָב איך געפאָלגט דער באָבען און געטאָן פּונקט אזוי, װי זי האָט מיר געייצעט. טאקע דערפאר איז מיר אזוי ניט געפעלן דער קאצס ארופיאווען זיך אפן בוידעם.

אן אנדער זאך, ווען אונדזער קאץ נעמט זיך וואשן. דעמלט בין איך זי גרייט קושן, װײַל ווען א קאץ וואשט זיך, איז עס דער ערשטער סימען, אז אינגיכן װעלן צו אונדז קומען געסט. און גראָד געסט האָב איך זייער ליב. ערשטנס, פאלן מיר פון זיי ארײַן קאָלערלײ מאטאָנעס. צווייטנס, זײַנען מײַנע עלטערן פארנומען דעמלט מיט די געסט און פארגעסן אף א צײַט אין מיר -- מע לאָזט מיך א ביסל צו רז.

באזונדערס האָב איך ליב, װען צו אונדז צוגאסט קומט צו פאָרן פון אָרסק מײַן פעטער יאָסע. קיין אָרסק, זאָגט די באָבע, האָט אים פארװאָרפן די מילכאָמע. די אייגענע מײַנע רופן אים ,יאָסע זשוק". פארװאָס ,זשוק"? פון דער גאנצער מישפּאַכע טײילט זיך מײַן פעטער אויס מיט זײַן טונקל פּאָנעם און מיט זײַן טונקל שווארצער טשופּרינע.

ארבעטן ארבעט דער פעטער יאָסע אין א זאװאָד. און זײַן זאװאָד, זאָגט עֶר, איז אזוי די גרייס, װי האלב בעלץ. דאָ, מיין איך, בייגט דער פעטער יאָסע א ביסל איבער דעם שטעקן: א זאװאָד איז דאָך ניט מער, װי א זאװאָד, און פארגלײַכן אים מיט אונדזער שטאָט איז פּאָשעט א געלעכטער.

בעשאס דער פעטער יאָסע געפינט זיך בא אונדז, סטארעט ער זיך צו רעדן נאָר אף ייִדיש. מע דארף אָבער זײַן פון שטאָל און פון אײַזן, קעדיי אים אויסצוהערן ביזן סאַת און ניט צעזעצט ווערן פאר געלעכטער.

-- װאָס האַסטו זיר שוין אזוי צעגעצגעט? -- בייזערט זיך אף מיר דער זיידע, ווען

4

איך האלט ניט אויס און הייב אָן לאכן, -- א מענטש האָט פארגעסן זײַן מאמעלאָשן!. מע דארף דאָ וויינען, און ניט לאכן!..

אינטערעסאנט, ויאזוי קאָן מען פארגעסן אן אייגענעם לאָשן?

ווען דער פעטער יאָסע זאָל צו אונדז ניט קומען, קומט ער אָדער אליין, אָדער איניי- נעם מיט מײַן שוועסטערל בליומען. זײַן װײַב, מײַן מומע, הייסט עס, האָב איך נאָך קיינמאָל פאר די אויגן ניט געזען. איך ווייס נאָר, אז רופן רופט מען זי אירע.

אין איינעם א פארנאכט זיצט די גאנצע מישפּאַכע מײַנע און עסט װעטשערע. עס הערט זיך, װי די לעפל קלאפּן אין די טעלער, װי יעדער זופּט מיט האנאָע די יויך, און מיר, װי אפצולאָכעס, פּונקט אין דער צײַט, װען מע דארף קוקן אין טעלער ארײַן און שטילערהייט עסן, גלוסט זיך רעדן. און אז מע רעדט, קאָן מען שוין ניט, פארשטייט זיך, זופּן. פארװאָס עס קומט מיט מיר פאָר אזוי, ווייס איך ניט, אָבער דער טאטע זאָגט, אז ווען מע גיט מיר ניט א פּאָר טעג קיין פּיצל ברויט, װאַלט איך גיך פארגעסן אין אלע ריידע- נישן, כ'װאָלט נאָר געשריגן: ,גוואלד, איך וויל עסןו"

און אָט זיץ איך אויך באם טיש און ווארג זיך מיטן ביסל יויך. איך פיל, אז כמוז עפּעס זאָגן, איך קאָן זיך שוין מער ניט אײַנהאלטן. און איך שיס אויס:

-- פעטער יאָסע, און די מומע אירע איז א גוטע?

דער פעטער מײַנער בלײַבט פּלוצעם זיצן מיט אן אָפּענעם מויל,

-- פארשטייט זיך, -- ברענגט ער אין א װײַלע ארום ארויס, -- אוואדע, א גוטע..

-- פארװאָס זשע, אויב אזוי, קומט זי ניט צו אונדז צוגאסט?..

אלע באם טיש הערן מיטאמאָל אוף צו קלאפּן מיט די לעפל און צו זופּן די יויך, עס װערט שא-שטיל.

דער פעטער יאָסע לייגט אוועק אין א זײַט זײַן לעפל, הייבט זיך פּאװאָלינקע אוף פו- נעם טיש און גייט ארויס פון דער קיך. איך גיב א קוק אפן זיידן. ער זיצט ניט טױט, ניט לעבעדיק. די קנייטשן אף זײַן שטערן זײַנען, דאכט זיך, געװאָרן נאָך טיפער, איידער מיט א רעגע צוריק, און אונטער די אויגן זײַנע האָבן זיך באוויזן צוויי בלויע קישעלעך...

-- אנו, גי אף א מינוטקעלע ארויס פונדאנען, -- גיט צו מיר שטרענג א זאָג דער טאטע.

נו אָט, אזוי איז טאָמיד, װי נאָר עס קומט צו עפּעס אן אינטערעסאנטער זאך, װער איך אן איבעריקער.

דעם פעטער יאָסען האָב איך אין צימער, װוּהין איך בין ארײַנגעגאנגען פון דער קיך, שוין ניט געטראָפן, און אזויווי די טיר איז געבליבן נאָך מיר א ביסל אָפן, האָב איך געקאָנט הערן אלץ, וועגן װאָס די גרויסע האָבן אין קיך געטײַנעט.

-- ..כעלעמער! -- הערט זיך דעם טאטנס קאָל. -- איין װאָרט, כעלעמער!. װאָס האָט איר צו איר?.. זי האָט אײַך מיט עפּעס באליידיקט? צי עפשער בארעדט אײַך?..

-- איך בעט דיך, סאשע, -- שׂלאָגט אים איבער די מאמע, -- אף א האלבן טאָז נידעריקער -- דער קאָטן קאָן דערהערן...

,קאָטן" -- מיינט מען מיך. ווען די עלטערן מײַנע װילן עפּעס צװישן זיך זאָגן, אז איך זאָל זיי ניט פארשטיין, רופן זי מיך ,קאָטן".

-- א מענטש לעבט שוין מיט זײַן װײַב אריבער צען יאָר, -- הערט זיך װײַטער דעם טאטנס קאָל, -- האָט מיט איר א קינד און קאָן זי ניט ברענגען באקאנען זיך מיט זײַנע עלטערן... סטײַטש, פארװאָס?

-- און װאָס װעלן אף דעם מענטשן זאָגן? -- שרײַט שוין דער זיידע. --- װאָס פאר א פּאָנעם װעל איך פאר זיי האָבן? איך, א שויכעט... א מױיעל...

-- שעמט זיך! -- זאָגט דער טאטע שטילערהייט. -- אין װאָס פאר א צײַט לעבט איר?..

אוי, בעסאראבער שטעטעלע! די שלימאזלדיקע יערושע דײַנע, דײַן קליינשטעטלדי- קײַט ליגט נאָך ביז הײַנט טיף אין די זײַטן. װי יענץ הענדעלע, גיט עס װעך-ניט-איז א שפּרונג ארוף אפן פּלויטל און, ניט קוקנדיק אף דער אָבראזאָוואניע" און אף דער פּאָלאָזשעניע", קרייעט עס אויס: ,ראבויסײַ, איך בין נאָך דאָ!"

װאָס איז פאָרגעקומען אין קיך װײַטער, ווייס איך ניט, װײַל די טיר האָט זיך פּלוצעם געגעבן א פארמאך. אפן אנדערן טאָג זײַנען מיר מיט מײַנע פעטערס געגאנגען אף דער פּאָטשט שיקן

39

קיין אָרסק א טעלעגראמע, אוז אין א װאָך ארום איז צו אונדז געקומען צוגאסט מײַן מומע אירע.

באגעגענען די מומע אירען איז געגאנגען צום װאָקזאל די גאנצע מישפּאַכע. דער זיידע איז אָבער געבליבן אינדערהיים. באם אוועקגיין האָט אים די באָבע געזאָגט:

-- איך מיין, אװראָם, אז װען דו גייסט אויך, װאָלט פון דיר גאָרנישט ניט אראָפּ- געפאלן!

אף װאָס דער זיידע האָט איר קורץ געענטפערט:

-- מיך, עלע, איז שוין שפּעט איבערצומאכן!

מיט א שיפּערײַ און פירקערײַ האָט זיך פונדערװײַטנס געיאװעט דער צוג. מע װאָלט געקאָנט מיינען, אז ער איז מיט עפּעס ניט צופרידן. דורכפאָרנדיק פארבײַ אונדז, האָט דער לאָקאָמאָטיוו ארויסגעלאָזט א הילכיקן פײַף און מיט א קלינגערײַ זיך פּאמעלעך אָפּגע- שטעלט. און דאָ האָבן זיך פּלוצעם אלע מענטשן, וועלכע זײַנען ביז איצט געשטאנען אפן פּעראָן, געגעבן א װאָרף צו די וואגאָנען און ס'האָט זיך אָנגעהויבן א לויפעניש, א שטופּע- ניש, אזא טומל, אז מ'האָט געקאַנט טויב װערץ.

דער טאטע גיט מיך א הייב אונטער, און אין איין רעגע זיץ איך שוין אף זײַנע אקסלען.

-- אנו, גיב א קוק! -- שרײַט ער צו מיר אויס. -- דו זעסט ניט דעם פעטער יאָסען?

א שיינע מײַסע, טראכט איך, מײַן פעטער האָט זיך שוין פארלוירן! ויאזוי זשע װעלן מיר אָן אים דערקענען די מומע אירע?

איך זיץ אפן טאטן רײַטנדיק און זוך מיט די אויגן מײַן פארלאָרענעם פעטער. איך זע פאָר זיך דעם גאנצן פּעראָן -- עס װײַזט זיך מיר אפילע אויס, אז איך בין איצט ניט מער און ניט װײיניקער, װי דיאדיא סטיאָפּא מיליציאָנער. פון די פארשיידנפארביקע פא- טשיילעס, וועלכע יאָגן הין און הער, שווינדלט מיר אין די אויגן... װוּהין זשע האָט ער דאָך אהינגעטאָן מײַן פעטער יאָסעס שווארצע טשופּרינע?.. און דאָ גיב איך א קוק און זע, װי בא א ואגאָן שטייט מײַן פארפאלענער פעטער און קושט זיך מיט א בלאַנדער פרוי. טאקע יאָ א שיינע זאך: בא מיר קריכן מאמעש ארויס די אויגן פונעם זוכן, און ער, מײַן פעטער, קושט זיך שוין גאָר מיט דער פרוי!

-- פעטער יאָסע, פעטער יאָסע! -- הייב איך אָן צו שרײַען אף א קאָל. -- גענוג זיך שוין קושן...

דער טאטע שיסט אויס א געלעכטער, און איך פיל, װי אָט-אָט װעט עֶר מיך פאר- חירה

-- הײַדא, כאַכעם, קריך אראָפּ, -- רופט זיך אָן די מאמע, -- האָסט שוין אָפּגעטאָן דײַן שטיקל ארבעט...

און איך וער אויס ,דיאדיא סטיאָפּא."

פארשטייט זיך, אז די בלאָנדע פרוי, מיט וועלכער מײַן פעטער האָט זיך געקושט, איז טאקע מײַן אייגענע מומע אירע. װען זי האָט מיך דערזען, האָט זי מיך א כאפּ געטאָן אף די הענט, צוגעדריקט צו זיך און א טשמאָקע גאָטאָן מיר אין א באק.

וי כ'האָב געווארט, איז מיר פון מײַן מומע אירען ארײַנגעפאלן א שיינע מאטאָנע -- א פּאָר לאנגע ליזשעס מיט פאריסענע נעז ארוף. ליזשעס זײַנען ניט קיין גליטשערס, דאָס דארף מען פארשטיין. גליטשערס האָבן קימאט אלע מײַנע כאויירים, אָבער ליזשעס -- נאָר איך. ליזשעס איז א גרויס כאריפעסל!

יאָ. טאקע ניט אומזיסט האָב איך אזוי ארויסגעקוקט אף מײַן מומע אירען.

אומקערנדיק זיך פונעם װאָקזאל אהיים, האָב איך באלד געכאפּט די ליזשעס און בין ארויס מיט זיי אין דרויסן ארויס. איך באװײַז נאָר צושפּיליען צו א פוס א ליזשע, װי כ'הער;

-- װאָס איז דאָס בא דיר פאר א שטעקנס?

די מומע ריווקע האלט די האנט אף אונדזער טירל און איז שוין גרייט עס אופמאכן.

-- שטעקנס? -- כאפּט מיך אָן א פארדראָס. -- דאָס זײַנען ליזשעס, ניט קײן שטעקנס!

-- ליזשעס, אינמיטן זומער? -- זאָגט די מומע ריווקע און גיט א שטופּ דאָס טירל. -- ער קויפט איצט ליזשעס!..

-- מיר האָבן זי ניט געקויפט... דאָס איז דער מומע אירעס מאטאָנע...

30

-- מומע אירעס? -- פרעגט זי איבער. -- און װער איז זי, די מומע אירע?

-- װאָס הייסט װער? די מומע אירע איז מײַן פעטער יאָסעס װײַב, הייסט עס, מײַן אייגענע מומע. זי איז הײַנט געקומען צו אונדז פון אָרסק,

די מומע ריווקע, זע איך, בלײַבט שטיין א צעמישטע. מיט דער האנט האלט זי זיך נאָךר אלץ פארן טירל, אָבער איצט איז מיר שוין שווער צו פארשטיין: צי יל זי טאקע יאָ ארײַנגײן, צי זי האָט שוין איבערגעטראכט. סאָפקאָלסאָף זאָגט זי: ,אזו גאָר!" און פאר- מאכט דאָס טירל פון יענער זײַט.

אפן אנדערן טאָג כאפּ איך זיך אוף גאנצפרי. פונעם צווייטן צימער טראָגט זיך שוין דעם זיידנס דינינקער, ציטערדיקער , מוידע-אני"... אין א װוינקל, מיט פארמאכטע אױיגן, זיצט די מומע אירע. זי רירט זיך ניט פונעם אָרט. מיסטאמע, טראכט איך, האָט דער זיידע מיט זײַן דאוונען אײַנגעוויגט די מומע אירע, און זי כאפּט איצט א דרעמל. קריך איך פּאװאַלינקע אראַפּ פונעם בעטעלע און אף די ;שפּיץ פינגער, כ'זאָל די מומע, כאָלילע, ניט אופוועקן, לאַז איך זיך גיין צו דער קיך. און פּלוצעם הער איך:

...זזזזםהגזא ,01088 1108 --

גי איך שוין צן איר צו. די מומע אירע נעמט מיך ארום, הייבט מיר אָן גלעטן איבערן קאָפּ... צעוויינט זיך.

-- דו ווייסט, -- זאָגט זי צו מיר אף רוסיש, -- דײַן זיידע זינגט אזוי שיין און הארציק, און איך, נארעלע, האָב פאר אים מוירע...

א שיינע זאך, טראכט איך, װאָס דארף זי מוירע האָבן פאר מײַן זיידן? אײַ, װאָס דער זיידע האָט זי נעכטן אזוי קאלט באגעגנט אינדערהיים, בלויז דערלאנגט איר די האנט אין שוין אָפּגעזעסן באם טיש שװײַגנדיק דעם גאנצן פארנאכט, הייסט נאָך ניט, אז מע דארף פאר אים מוירע האָבן. ער איז ביכלאל בא אונדז ניט פון די גרויסע רעדנער. טאקע

יט אָט די װוערטער האָב איך עס דער מומע אירען דערקלערט שטילערהייט, און כ'בין ארויס אין דרויסן זיך שפּילן ביז די באָבע װעט מיך רופן עסן.

מײַן הינטל פּופיק האָט שוין, װײַזט אויס, געווארט אף מיר: װי נאָר עס האָט מיך דערזען, האָט זיך עס טייקעף א װאָרף געטאָן צו מיר מיט א פריילעכער בילערײַ. פּופיק איז זייער א קלוג הינטל. פארשטיין פארשטייט עס אלצדינג, נאָר רעדן רעדט עס נישט. איינמאָל באנאכט האָט פּופיק אפילע געכאפּט א גאנעוו, וועלכער האָט געװאָלט ארויס- טראָגן פין אונדזער הויף א דריקל, פּופיק האָט דעמלט אופגעהויבן אזא מין גוואלד, אז די גאנצע גאס האָט זיך אופגעכאפּט -- מ'האָט ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס איז אזוינס נעלשען.

סאיז נאָר א שאָד, װאָס מײַן פּופיק איז צו א קליין הינטל. ווען עס װאָלט געווען אן אָווטשארקע, װאָלטן אלע שפּיאַנען געציטערט! פאר מיר אָבער איז פּופיק אזוי אויך גאָלד מיט זילבער.

= קעשט -- אָנ איך פּופיקז, -- װעלן מיר א קוק טאָן, װאָס נאַנע טוט.

און מיר גייען צו נאָנען אין שטאל ארײַן. ,נאַנע" -- הייסט אונדזער ציג. א ציג װי אנדערע ציגן: מיט א בערדל און מיט א פּאָר שפּיציקע הערנער אפן קאָפּ. א גאנצן טאָג װאָלט זי נאָר געקײַט. שוין שטייענדיק בא דער שטאל, הער איך װי עס גיט א קלאפ דאָס טירל, און אין הויף יאװעט זיך ארײַן די מומע ריווקע. פּופיק טוט זיך א װאָרף צו איר,

-- װאָס האווקעסטו אזוי, נאריש הינטל? -- האָט די מומע ריווקע טײַנעס צו פּופיקן.

װאָס זשע דען װאָלט זי געװאָלט, אז פּופיק זאָל איר זאָגן גוטמאָרגן, טײַערינקע"?

-- נו, װאָס טוט עפּעס דײַן מומע? -- פרעגט די מומע ריווקע.

-- זי הערט וי דער זיידע דאוונט.

-- יאָ. טאקע זייער שיין פון איר זײַט... און דײַנע פעטערס זײַנען אינדערהיים?

-- ניין! מײַנע פעטערס זײַנען אין מארק, די באָבע האָט זיי געשיקט עפּעס אײַן- קויפן.

איך שטיי, רעד מיט דער מומע ריווקען, און אליין טראכט איך צו זיך: אלץ דארף זי װיסן! װאָס און װוּ און וען... ניט אומזיסט האָט זי פּופיק אזוי ניט לִיב!.. אָט גייט זי שוין גלײַך אין שטוב ארײַן. אינטערעסאנט, װאָס פאר א נײַסל האָט זי הײַנט געבראכט מיט זיך?

== 3 אײַך אײַער גאסט! -- שרײַט זי הויך אויס, און די קליינע שמאָלע אייגעלעךר צעלויפן זיך איר אין אלע ווינקעלער פון דער קיך. זי זײַנען שוין גרייט ארײַנצוקריכן

37

אין טעפּל ארײַן. -- הא, א מין געשמאק ראָסעלע קאָכט איר הײַנט... מיסטאמע, פון אן אינדיק? און דאָס העלדזל מיט װאָס האָט איר אָנגעפילט?..

די מומע ריווקע רעדט גיך, זי אײַלט זיך, גלײַך װי זי עסט הייסע קארטאָפליעס און האָט זיך מוירע אָפּצובריִען דאָס מויל. די באָבע קאָן, נעבעך, קיין װאָרט ניט ארײַנ- שטעלן.

-- ..אָבער װאָס האָב איך אײַך געװאָלט זאָגן?.. אינגאנצן ארויס פונעם קאָפּ.. יאָ, װוּ זשע איז אײַער טײַערע שנור?.. זי איז, מיסטאמע, דאָרטן, אין ספּאלניע?..

איך באװײַז ניט א פּינטל טאָן מיט די אויגן, װי די מומע ריווקע איז שוין ארײַן אין דער , ספּאלניע".

-- א גוטמאָרגן, ר'אװוראָם, -- הערט זיך איר קעלעכל, -- כזע, איר האלט באם דאוונען... נישקאָשע, כ'װעל אײַך ניט שטערן, איך בין צו אײַך ארײַן אף א מינוט, נאַר בא- קאנען זיך מיט אײַער גאָלדענער שנור... אָבער כ'זע זי עפּעס ניט...

אלצדינג, װאָס מע דארף ניט, זעט זי יאקאָס יאָ, און מײַן מומע אירע קאָן זי ניט דערזען. איך רוק זיך שוין אויך ארײַן שטילערהייט אין צימער.

דער זיידע, זע איך, שטייט אן אײַנגעװיקלטער אין זײַן טאלעס, די יארמלקע איז אים אראָפּגעפאָרן א ביסעלע אף א זײַט, און אפן פּאָנעם איז דער זיידע װײַס, װי שניי.

-- װאָס איז מיט דיר, אװראָם? -- שרעקט זיך איבער די באָבע, -- און װוּ איז אירע?..

דער זיידע קומט צוביסלעך צו-זיך. אף די באקן זײַנען אים ארױיסגעטראָטן רויטע פלעקן, דורך די גראָבע גלעזלעך פון די ברילן זעען זײַנע אויגן אויס װי געשװאָלן און עס דאכט זיך, אז אָט-אָט װעלן זיי פון די ברילן ארויסקריכן.

-- װאָס פאר א אירע? -- הייבט ער אָן שטאמלען. -- װוער איז די אירע?.. כווייס ניט פון קיין שום אירען!..

די מומע ריווקע קיקט אים אָן מיט א שמייכעלע.

-- יאָ, -- טוט זי א מאך, -- פארדרייט בעסער אײַער קאָפּ, װעט איר מיינען ס איז מײַנער!.

די קינדהײַט האָט איר אייגענעם קאלענדאר: דאָס יאָר טילט זיך, װי געװיינלער, ניט אף פיר צײַטן, נאָר אף צװויי -- אף װוינטער און אף זומער. די ערשטע פרילינג- טעג פלעגן זיך נאָר/ אופכאפּן, נאָר א קיצל טאָן די ערד מיט זייערע נאָר שטעכיקע, לעבלעכע שטראלעכלעך, איז פאר אונדז, פאר די קינדער, שוין גענוג געווען אפילע דער דאָזיקער לײַכטער , קיצל". װי די פייגעלעך קערן זיך אום מיט א פריילעכער צװיטשערײַ און פּישטשערײַ פון דאָרעם צוריק אהיים, אזוי פלעגן מיר זיך אומקערן צו אונדזערע זומערדיקע שפּילן. א קאָן נאָך א קאָן איז פונעם פוס אונטערגעשפּרונגען די ליאנגע, נאַך א הילכיקן אויסגעשריי , שטאנדר!" איז אומגעפלויגן דער באָל, ,זשמורקי', ,,בלעכלער", ,קנעפּלעך"... מע קאָן זי דען איבערעכענען יענע ראשיקע קינדערשע שפּילן, וועלכע פלעגן זיך אָפּטמאָל פארענדיקן מיט קולעקעס און מיט טרערן. און אין װאָס פאר א װוערטערבוך קאָן מען געפינען די קלינגעוודיקע ווערטעלעך, װי ,װאָבראזשוליא", , פּאצאן", , יאבעדא", אָז וועלכע עס באגייט זיר ניט קיין איין ייִנגל?

..אָ, סאיז מיר ווידעראמאָל פינף מיט א האלבן יאָר...

גלײַך הינטער דער פוטער-פאבריק, צעשפּרײט זיך, װי א וייכער, גרינער טעפּיך, דער טאָל. און איבערן טאָל שלענגלט זיך א שמאָל, גרוי טײַכל, װאָס װערט פארן זומער קימאט אינגאנצן פארוואקסן מיט אָטשערעט. װוּ הייבט זיך דאָס טײַכל אָן און װוּ פארענ- דיקט זיך עס -- ווייס איך ניט. דער אלטער בארביערו זאָגט אָבער, אז דער רעיט (אזי רופט ער דאָס טײַכל) איז אמאָל געווען א טיפער און א ברייטער טײַך, מ'האָט אפילע געקאָנט אין אים, זאָגט ער, דערטרונקען װוערן.

דאָס, װאָס סאיז געװען אמאָל, איז שוין נישטאָ! איצט באָדן זיך אין רעוט נאָר גרויסע, טונקל-גרינע זשאכעס. דאָס בעסטע איז בא די זשאבעס ארויסקריכן פון דער קאלעמוטנער וואסער, אויסזעצן זיך לענגויס דעם בלאָטיקן ברעג און זיך נעמען קנאקן, וי מיליאסן גראגערס. בעשאס די זשאבעס קנאקן, צעבלאָזן זיך בא זיי פון ביידע זײַטן, עטװאָס נידעריקער פונעם פּיסק, צוויי גרויסע בלאָטערס. אָט-אָט, דאכט זיך, װעלן די דאָזיקע בלאָטערס איניינעם מיט די זשאבעס צעזעצט װערן. סאיז גענוג אָבער, עמעצער

8

זאֵל זיך לעבן זיי באװײַזן, אָדער א װאָרף טאָן א שטיינדל אין וואסער, װי די זשאבעס גיבן א שפּרונג אונטער -- פּליוך... פּליוך... -- צוריק אין טײַך ארײַן. די כעוורע זאָגן, אז אויב מע נעמט א זשאבע אין די הענט, יאווען זיך דערנאָר אף די פינגער בראַדעווקעס. אגעוו, בא אונדזער שכיינע, בא דער מומע ברײַנען, האָב איך טאקע געזען אפן שטערן צװויי גרויסע, רויטע בראָדעװוקעס. איצט ווייס איך שוין, פונוואנען זיי האָבן זיך בא איר גענומען.

אהער, צום רעוט, קומען זיך אמאָל צונויף אלטע ייִַדן און, שטייענדיק באם וואסער, הייבן זיי אָן איבערדרייען זייערע קעשענעס, אױיסטרייסלען, אױסרײניקן און שטאמלען דערבײַ עפּעס אונטער דער נאָז. איז צוליב אויסטרייסלען זיך די קעשענעס דארף מען שפּאנען ספּעציִעל צום טײַך? טאקע יאָ -- סטארי, יאק מאלי!

אינעם הויכן, גרינעם אָטשערעט קאָן מען זען א סאך פיגל -- קוליקן. זיי באלע- באטעווען דאָרט דעם גאנצן זומער. אף אן אָרט קאָנען די קוליקן ניט אײַנשטײן: מע שור- שעט צװישן די דינינקע ריטלעך און שמאָלע בלעטלעך, עס הערט זיך נאָר: , שורך- שורך", זיי פּאָרקען זיך מיט זייערע שפּיציקע נעז אין דער בלאָטע, פארײַסנדיק לעכערלעך ארוף די גרויע עקן. עס קומט סאָף זומער. אין טאָל באװײַזן זיך מאנצבלען אין שווארצע, הויכע, העכער די קני גומענע שטיול, מיט ביקסן אין די הענט.. באך.. באך... טראָגט זיך פון אלע זײַטן א שיסערײַ. די שטילקײַט צערײַסט זיך אף שטיקלעך, און די איבער- געשראָקענע קוליקן פליִען מיט א געשריי ארויס פונעם אָטשערעט, צעשיטן זיך איבערן טאָל... און א סאך פון יענע רירעוודיקע, גרויע פייגל, וועלכע האָבן נאָך ניט לאנג צוריק אזוי שיין זיך קאָלופּעט אין דער בלאָטע, געזוכט א ווערעמל צו פארבײַסן, באװײַזן אפילע ניט קיין פּיפּס ארויסצולאָזן, װי זיי ליגן שוין פארבלוטיקטע אף דער ערד, בלויז איינציקע פעדערלעך כאפּט אונטער דער וינט און טראָגט זיי מיט זיך אוועק..

..װי גוט װאָלט געווען, ווען די לײַכטע, פארלוירענע פעדערלעך פון די דערשאָסענע קוליקן װאָלטן מיט דער צײַט זיך פארוואנדלט אין לעבעדיקע שיינע פייגל...

אז מע קוקט זיך גוט צו, קאָן מען באמערקן צװישן גראָז קליינינקע לעכעלעך, װי עמעצער װאָלט זיי ספּעציִעל אויסגעבויערט אין דער ערד. אין אָט די לעכעלעך האלטן זיך אוף שווארצע, מיט װײַסע פּינטעלעך, שפּינען. קעדיי ארויסנארן פון איר נאָרקע א שפּין, קאטשען מיר אויס פון א שטיקל סמאָלע א דינעם פאָדעם און שטופּן אים פּאװאָ- לינקע ארײַן אין דער שפּינס נאָרקע. נאָך דעם, וי איין עק פונעם סמאַלענעם פאָדעם איז שוין ארײַן טיף אין לעכל, דארף מען זיצן, האלטן אין דער האנט דעם אנדערן עק, אוז ניט רירן זיך פונעם אָרט. אָבער װי קאָן מען זיצן רײַק, ווען איינער גיט דיר א שטורך: ;שלעפּ!', דער צווייטער -- א שטופּ: , פאָלג בעסער מיך און ווארט נאָך צו א ביסל!. סאָפקאָלסאָף האלטסטו ניט אויס און שלעפּסט דעם פאָדעם ארויס פון דער נאָרקע. אייסעך, א נעכטיקער טאָג! דעמלט זאָגט דער ערשטער: ,כהאָב דיר דען פריִער ניט געזאָגט, שלעפּ"! רופט זיך אָן דער צווייטער: ,ווען דו פאָלגסט מיך און אײַלסט זיך ניט, װאָלט די שפּין שוין געווען דײַנע!" נאָר אלעמען זײַנען זיי ערשט ביידע גערעכט.

זומערצײַט ליגן מיר איבער אין טאָל גאנצע טעג, די מאמע זאָגט, אז איבערן טאָל פארשפּאָר איך צו עסן און, ווען זי װאָלט מיך ניט גערופן אהיים, װאָלט איך דאָרט, מיסטא- מע, געשלאָפן און גענעכטיקט. און ס'איז טאקע בעפיירעש אזוי, איבערהויפּט נאָך דעם, וי בא כאיִם דעם גרויסן האָט זיך באוויזן אן עמעסער פוטבאָל-מיאטש מיט דרײַ פּאסן.

כאיִם דער גרויסער איז אין אונדזער קאָמפּאניע דער עלטסטער. ער האָט שױין גע- דארפט זײַן אין פערטן קלאס, אָבער כאיִם זאָגט אליין, אז ער אײַלט זיך ניט, אז סאיז אים גוט אין צווייטן אויך. װוען ס'װאָלט אָבער געווען אזא מין שול, װוּ מע לערנט שפּילן אין ליאנגע, װאָלט כאיִם, מיין איך, שוין געדארפט זײַן אין צענטן קלאס. יאָ, אין ליאנגע איז כאיִם אף אונדזער גאס דער בעסטער שפּילעך -- א גאנצער טשעמפּיאַן.

דעם פוטבאָל-מיאטש האָט כאיִם געקראָגן ניט אזוי גרינג, מע קאָן אפילע זאָגן, אז ער איז אים אָנגעקומען מיט גרויסע צאָרעס. און אָנגעהויבן האָט זיך די געשיכטע מיטן מיאטש פון דרײַ געוויינלעכע װערטער: ,טריאפּקי, קאָסטי, זשעלעזאָ!"

קימאט יעדע װאָך קומט אף אונדזער גאס צו פאָרן סרועל דער שמאטעלאַטניק. איבערן שטיינערנעם װעג שלעפּט זיך זײַן קויטיק-געל פערדל, אײַנגעשפּאנט אין א לאנג פארשמוציקט פורל. דאָס פערדל פאָרשקעט און שאָקלט מיטן קאָפּ אף ,יאָ', װי עס װאָלט געזאָגט: , שאָלעם-אלייכעם אײַך, מענטשן!" דער שמאטעלאָטניק אליין זיצט אױבנאָן אף א בערגל שמאטעס, װי א גאנצער גענעראל. אפן קאָפּ טראָגט ער אן אָפּגעבליאקעװעט,

39

צעקנייטשט ארמיייש היטל מיט א צעשפּאָלטענעם דאשעק פונפאָרנט. אפן לײַב -- א פאר- שמאָלצעװעטע קופײַקע, וועלכע דארף שוין, דאכט זיך, פונלאנג ליגן צװישן די שמאטעס, װאָס וואלגערן זיך בא אים אין פורל. פון צײַט צו צײַט שרײַט סרועל אויס:

-- טריא-א-פּקי, קאָ-אָ-אָסטי, זשעלעזאָ!..

די װײַבער אף דער פּריזבע:

-- סרועל דער שמאטעלאָטניק?.. קוקט אים אָן, איז ער שטענדיק אָפּגעריסן און אָפּגעשליסן...

-- יאָ, אָבער שלאָפן שלאָפט ער אף געלט!.

-- א שאכרײ, א קארגע נעשאָמע!.

-- װיאזוי קאָן מען לעבן מיט אזא מענטשעלע?..

אונטערן שמאטעלאָטניקס פיס טרעסעט זיך איניינעם מיטן פורל א הילצערן קעסטע- לע, װאָס זעט פון דרויסן אויס ניט שענער פון די אנדערע זאכן אין פורל. סאיז אָבער גענוג, אז סרועל זאָל דאָס קעסטעלע אופמאכן, װי די אויגן אײַערע הייבן זיך אַן צעלויפן אין אלע זײַטן: ס'איז שוין ניט קיין קעסטעלע, נאָר א גאנצער אויצער. װאָס איר ווילט איז אין אָט דעם קעסטעלע דאָ: קליינע ליימענע הענדעלעך און קעלבעלעך (אז מע גיט אין זיי א בלאָז, הערט זיך א פײַף), שאכטלעך מיט קאַלערלײי האטשיקלעך אף צו כאפּן פיש, פארשײידנקאָליריקע סטענגעס, שפּילקעלעך און גלעזערנע קארעלן, וועלכע שעמערירן אף דער זון אזוי, אז זיי נעמען מאמעש ארויס די איגן. אָבער איידער דו זעסט עפּעס פון די כאריפעסלעך בא זיך אין קעשענע, קאָנסטו אויסגיין אפן אָרט. מע דארף צו זי האָבן א װעלט מיט שמאטעס, אָנגעשלאָגענע טעפּלעך, איבערגעברענטע פּרעסלעך..

דאָס פורל שלעפּט זיך, סרועל שרײַט זיך זײַנס, און מיר צעלויפן זיך יעדער צו זיך אהיים, און נעמען נישטערן איבער דער גאנצער שטוב.

-- באָבע, די שמאטע דארפסטו נאָך האָבן?

-- גאָט איז מיט דיר!.. סאיז דאָך מײַן װאָלן קליידל...

-- און דאָס טעפּל?..

-- אנו, שטעל עס אוועק אהין, װוּ ס'איז געשטאנען!

װאָס איך זאָל ניט כאפּן, הער איך נאָר: , דאָס טשעפּע ניט, און יענץ ריר ניט!. צו גרינג איז עס דיר אָנגעקומען!.."

סאָפּקאָלסאָף גיט זיך מיר אײַן אױסצושנאָרען בא דער באָבען א פּאַר אלטע שמאטעס, װאָס צעשיטן זיך שוין אין די הענט, און איך לאָז זיך לויפן צו סרועלן.

-- אף דיר זיך פארלאָזן, -- הער איך, שוין זײַענדיק בא דער שװעל, -- װעסטו די גאנצע שטוב ארױסטראָגן!..

לעבן סרועלס פורל שטייט שוין א גאנצע כאָפּטע כעוורע. יעדער -- מיט זײַן בינטל שמאטעס. מע שטופּט זיך, מע אמפּערט זיך, װער ס איז דער ערשטער. דער שמאטעלאָטניק, איידער ער ווארפט ארײַן אין פורל די געבראכטע זאכן, באטאפּט עֶר זיי, באשמעקט זיי -- נאָר װאָס ער פארזוכט זיי ניט... דערבײַ לאָזט סרועל ניט ארויס פונעם מויל דאָס שטיקל ציגײַער, װאָס רויכערט און טשאדעט, און עסט אים אויס די אויגן. ער קנייטשט זיך, קרימט די ליפּן און, טשמאָקענדיק דאָס ציגײַערל, קוועטשט ער פון זיך ארויס:

-- ע, ס'איז דען סכוירע?.. טינויפעס, ניט קיין סכוירע! -- און ער שלעפּט ארויס פון זײַן גאָלדן קעסטעלע א קליין-קליין האטשיקל. -- נא, און זאָג ספּאסיבאַָ!

די קופּע שמאטעס צעוואקסט זיך פּאװאָלינקע אין פורל. די כעוורע פּײַפן מיט זייערע ליימענע פײַפעלעך. מע בארימט זיך איינער פארן אנדערן, און יענע, וועלכע האלטן, אז דער שמאטעלאָטניק האָט זיי אָפּגענארט, אז פאר זייער בינטל שמאטעס קומט זי מער, הייבן אָן אף א קאָל צו שרײַען:

-- סרול-קאפּול, מוישע-קאפּיטאן, גיב א בלאָז אין הינטן ארײַן!..

דער שמאטעלאָטניק אָבער מאכט זיך ניט פון דעם קיין גרויסן צימעס. זײַן זאך האָט ער שוין אָפּגעטאָן, און ער פאָרט זיך װײַטער.

-- טריא-אפּ-קי... זשעלעזאָ... -- הערט זיך אלץ שטילער אין שטילער..

אין איינעם א טאָג, ווען סרועל איז געשטאנען לעבן פורל און געטאָן זײַן געוויינלעכע ארבעט, האָבן מיר פּלוצעם באמערקט אין זײַן קעסטעלע א נײַעם פוטבאָל-מיאטש. ער האָט, דאכט זיך, אליין זיך געבעטן, מע זאָל אים באלד אָנבלאָזן און שפּילן מיט אים אין פוטבאָל.

40

-- וויפל דארף מען האָבן שמאטעס, קעדיי באקומען אָט דעם מיאטש? -- האָט א פרעג געטאָן כאים דער גרויסער.

-- ...בא דײַן מאמען װעט ניט סטײַען קיין קליידער!..

-- און פאר א פלעשל בראנפן... װאָלט איר מיר אוועקגעגעבן?

דער שמאטעלאָטניק האָט ארויסגעשלעפּט פין זײַן קופײַקע א צעקנייטשט קויטיק טיבל, אויסגעטרייסלט עס און מיט א פײַף זיך אָנגעהױיבן אױסשנײַצן די נאָז,

-- פאר א פלעשל בראנפן... װאָלט איך נאָך עפשער א טראכט געטאַן..

כאיִם איז מיטאמאָל נעלעם געװאָרן, אָבער אינגיכן איז ער שוין ווידעראמאָל געשטא- נען באם פורל.

-- נאט! -- האָט כאיִם קורץ געזאָגט און האָט ארױיסגעשלעפּט פונעם בוזעם א פאר- פּראָפּקעװעט פלעשל בראנפן.

סרועל איז געװאָרן א ביסל צעמישט. ער האָט זיך ארומגעקוקט און מיט ציטערנדיקע הענט גענומען בא כאימען דאָס פלעשל. דערנאָך האָט ער עס באשמעקט, באטאפּט, פּונקט װי פריער די שמאטעס און, ארײַנשטופּנדיק דאָס פלעשל צו זיך אין קעשענע, געזאָגט:

-- פארשטייט זיך, ס'איז סײַװיסײַ צו ביליק, נאָר מיילע, גערעדט איז ניט געבע- בעט! -- און ער האָט דערלאנגט כאימען דעם מיאטש.

אף דעם האָט זיך אָבער די געשיכטע מיטן מיאטש ניט פארענדיקט. וי ס'האָט זיך ארויסגעוויזן, איז דאָס פלעשל בראנפן געווען צוגעגרייט צו כאיִמס געבורטסטאָג, און ווען די פארבעטענע געסט זײַנען זיך צונויפגעקומען און ס'איז געקומען די צײַט שטעלן דאָס פלעשל אפן טיש, האָט זיך כאימס מאמע א כאפּ געטאָן -- אויס בראנפן! דער אימעניניק האָט שוין, פארשטייט זיך, ארײַנגעכאפּט וויפל ס'איז אין אים ארײַן. ער האָט אזוי גערעװעט, אז ס'האָט זיך, דאכט זיך, געהערט אף דער צווייטער גאס. נאָר װאָס יאָ, דעם מיאטש האָט מען בא כאימען ניט צוגענומען -- מ'האָט אים דעם מיאטש שוין פארעכנט װי א מאטאָנע...

פארן אָנהײבן שפּילן אין פוטבאָל, קלײַבן מיר אויס צוויי , מאטקעס" -- צוויי קאפּיטא- נען פון יעדער קומענדיקער קאָמאנדע. דערנאָך צעטיילן מיר זיך אף פּאַרלעך, גייען אוועק אין א זײַט און שושקען זיך א ביסל איבער צװישן זיך. אינגיכן קערט זיך אום יעדעס פּאַרל צו די , מאטקעס" און לייגט זיי פאָר;

-- װאָס געפעלט אײַך בעסער, א ,קאטיושע" צי א , ביקס"?

-- א ,קאטיושע"! -- זאָגט איינער פון די ,מאטקעס", און , קאטיושע" שטעלט זיך אוועק לעבן אים.

דאָס צווייטע פּאָרל פרעגט:

-- אוזן דיר װאָס געפעלט אן אָדלע"" צי א , פאלק"?

-- אן ,אָדלער"! -- שרײַט אויס דער אנדערער ,מאטקע", און דער ,אָדלער" שטעלט זיך שוין אוועק לעבן זײַן , מאטקע".

און אזוי גייט צו א פּאָרל;

-- א , קאָרטיק" צי א , שטיקל"?..

-- א ,טאנק" צי אן , אעראָפּלאן"?

= א קייל" צי א גראנאטע"?;

ווען אלע שפּילער צעטיילן זיך אף צוויי קאָמאנדעס, גיט כאיִם מיט די הענט א פּרוּוו, צי דער מיאטש איז גענוג אָנגעבלאָזן, און װי א גרויסער מייוון אף אזעלכע זאכן, זאָגט ער ארויס זײַן מיינונג:

-- רויכלעך... װער װעט הײַנט בלאָזן?

-- גיב מיר, -- שרײַ איך אויס און כאפּ באלד דעם מיאטש,

-- כאפּ ניט! דו דארפסט נאָך עסן קאשע!.. מױישע-װאָראַנע װעט הײַנט בלאָזן, -- און כאיִם גיט איבער מוישען דעם מיאטש.

א גליקלעכער האלט מוישע-װאָראָנע אין מויל דאָס גומענע טרײַבל, װאָס עס שטעקט ארויס פונעם מיאטש, און כאיִם פארקוועטשט אים מיט די הענט די אויערן, באפעלט:

-- בלאָז, מוישע, בלאָז מיט אלע קויכעס!

צו װאָס דארף מען פארקוועטשן די אויערן, װוּנדערט מיך, עפשער צוליב דעם, אז די לופט זאָל פונעם קאָפּ ניט ארויס?

מוישע הייבט אָן בלאָזן. ער ווערט מיטאמאָל רויט-רויט, די אויגן גיסן זיך אים אָן מיט בלוט און אפן האלדז שװעלן אוף אָדערלער. ס'איז א ראכמאָנעס איצט אף מוישען צו קוקן, און פונדעסטוועגן בין איך אים זייער מעקאנע.

41

-- גענוג! -- שטעלט אים אַפּ כאיִם. -- גיב אהער, װעל איך דאָס טרײַבל פארבינדן און פארשנורעווען דעם מיאטש.

און אָט פליט שוין דער מיאטש איבערן טאָל, מיר יאָגן נאָר אים, מיר פאלן, הייבן זיך אוף, לויפן װײַטער, שרײַען:

-= פּאס!,. גיב מיר א פֿאס!.

-- האלט מיך ניט פאר די טרוסיקעס!.

-- מאזילא! װוּהין קלאפּסטו?..

-- אוץ?. מײַן פוס!,.

-- גאָדאָדאָל!

איך בין שוין אינגאנצן פיטש-נאס. דער שווייס רינט מיר איבערן פּאָנעם, איבערן לײַב... און אין מויל איז טרוקן -- כ'קאָן אפילע קיין שפּײַ ניט טאָן.

-- פּאצאני! -- הערט זיך כאיִמס קאָל. -- קאָנעץ! דער ערשטער טײַם האָט זיך פארענדיקט...

איך פאל אנידער אפן זעלבן אָרט, װוּ איך שטיי. דאָס גראָז איז קיל-מעכײַע! איך רײַס אָפּ א גרעזעלע און הייב עס אָן מיט די ציין בײַסן. אין מויל פילט זיך א זויערלעכע פּײַכט- קײַט און עס גלוסט זיך שוין ניט אזוי טרינקען. איך ליג אף דער פּלײצע, מיט די הענט אונטערן קאָפּ און קוק ארוף אף די פּוכקע, װאָלענע װאָלקנדלעך. אָט יענץ װאָלקנדל איז א ביסעלע ענלעך אף א װײַס פערדל. װי גוט װאָלט געווען אוועקזעצן זיך אף אזא װאָלקנ- דיק פערדל און זיך יאָגן רײַטנדיק איבערן בלויען הימל. פון אזא הױיכקײַט קאַן מען, מיס- טאמע, זען ניט נאָר אונדזער גאס, נאָר די גאנצע שטאָט, און עפשער אפילע אויך די גאנצע וועלט! איך קוק... קוק אפן הימל און דערפיל פּלוצעם, װי איך הייב פּאמעלעך אָן אופהייבן זיך אינדערלופטן... איך בין גרינג, װי א פעדער... איך פלי. איך שוועב. איך בין שוין אליין א װאָלקנדל... און סאיז מיר אזוי גוט און לײַכט... און פּלוצעם הייב איך אָן האסטיק פאלן, די ערד ציט מיך צו זיך, װי א מאגנעט א שטיק אײַזן... נאָך א רעגע, און פון מיר װעט קיין סימען ניט בלײַבן,,

-- היי!.. שטיי אוף, געפונען אן אָרט װוּ צו שלאָפן!..

איך מאך אוף די אויגן. מוסיע שטייט איבער מיר און שרײַט:

-- קום! מױישע-װאָראָנע דערציילט עפּעס א נײַע געשיכטע, און דו האָסט זיך צֵע- כראָפּעט...

באם סאמע ברעג פונעם טײַכל האָבן זיך אויסגעזעצט מיט די פיס אין וואסער אלע מײַנע כאוויירים. ,באך-באך... טר-ר-רר-רא-טא-טא-טא!" טראָגט זיך איבערן טאָל. מוישע- װאָראָנע צעגייט זיך צוביסלעך:

-- די טאנקען מיט װײַסע ציילעמס אף די זײַטן זײַנען געקראָכן צו די אָקאָפּעס, װי שווארצע טאראקאנעס...

מוישע דערציילט, ער אײַלט זיך ניט, ער קוקט יעדן פון אונדז ארײַן אין די אױגן, און יעדער פון אונדז קוקט מוישען ארײַן אין מויל. מ'האָט מוירע, כאַלילע, דורכצולאָזן א װאָרט.

-- נאָך א רעגע -- און די טאנקען װעלן זײַן לעבן די מאטראָסן... זעענדיק אזא זאך, האָט זיך דער קאָמאנדיר אופגעהויבן און געגעבן א שרײַ אויס: ,זא מנאָי, רעביאטא!.."

און פּלוצעם גיט זיך מוישע-װאָראָנע א װאָרף און מיט א געשריי ,הור-ר-ר-רא!" לאָזט ער זיך לויפן... אלע זיצן, װי פארגליווערט. מיר קוקן אף מוישקען און קאָנען נאָך דערװײַל גאָרנישט ניט פארשטיין.

-- ...זא מנאָי, -- הערט זיך ווידעראמאָל, -- זא ראָדינו-ו-ן!..

-- הורא-א-א! -- רײַסט זיך בא מיר ארויס, -- באך... באך! טר-ר-רא-טא-טא-טא...

איך לויף. איך שרײַ. איין טאנק פלאקערט שוין. דער צווייטער קערעװעט אויס צוריק,

= ..באך,.. באך!,. טרא-א-טא,

-- אוי, מאמע! -- גיב איך פּלוצעם א שרײַ אויס, כאפּ זיך אָן באם הארץ און בלײַב ליגן אפן גראַז מיט פארמאכטע אויגן.

עס װוערט מיטאמאָל פינצטער און שטיל...

-- װאָס איז מיט אים?..

-- עפשער ווייסטו?..

-- ער האָט, מיסטאמע, געכאלעשט..

איך עפן פּאװאָלינקע אוף איין אויג. מוישע-װאָראָנע, כאיִם דער גרויסער, מוסיע, סיאָמ- קע-שפּײַ -- אלע שטייען ארום מיר מיט איבערגעשראָקענע פּענעמער.

42

-- װאָס איז געשען מיט דיר? -- פרעגט שטילערהייט כאיִם. -- ס'איז דיר שלעכט?

-- יאָ, -- זאָג איך, שטיקנדיק זיך מיט טרערן, -- מ'האָט מיך געהארגעט, וי מײַן פעטער בערלען...

אלע שיסן אויס א געלעכטער..

עצי קאַן גאָך אמאַל זכַָן א װעצלטמילכאַמל?.

די זון האָט זיך שוין קימאט באהאלטן הינטער די שטיבער. זי האָט, װײַזט אויס, אויך ליב זיך שפּילן אין ,זשמורקי", פּונקט װי די קינדער. אָבער געפינען זי איז אומעגלעך -- מע דארף נאָר ווארטן, ווארטן ביז מאָרגן אינדערפרי, ווען זי װעט זיך װוידעראמאָל ארויס- דראפּען אפן הימל.

מיר גייען אהיים. איך פיל אף מײַן פּלײצע מוישעס האנט, און אליין האלט איך די האנט אף זײַנע אקסלען. מיר גייען און זינגען א ליד. און כ'מיין, אז ס'איז ניט אזא גרויסער פעלער, װאָס די ליד קלינגט בא אונדז ניט אזוי גוט, װי אף דער ראדיאָ. דערפאר אָבער קאָן יעדער באזונדער הערן זײַן אייגענעם קאָל;

.2000 צנהסם? 46063 ,א861920 ,עזסת זפן.. 41 86014404 1121 8608 063קסט

שוין ניט װײַט פון אונדזער גאס, האָבן מיר דערהערט די גוט באקאנטע טײַערע קוילעס פון אונדזערע מאמעס:

-- מוישע!

== כאים!

-- וואלעריק!

== לייוער!

== טסיען

== באריע!

ביז מאָרגן, גרינער טאָל, ביז מאָרגן!

,... איך װעל פּרוּװון דערציילן וועגן אים, קעדיי איך זאָל אים ניט פארגעסן. סאיז זייער טרויעריק, ווען מע פארגעסט פרײַנט. ניט יעדער איינער פארמאָגט אן עמעסן פרײַנט..."

סאיז מיר גענוג בלויז איבערצולייענען אָט די ווערטער פון אנטואן דע סענט-עקזיו- פּעריס מײַסעלע , דער קליינער פּרינץ", װוּ װײַטער שוין, ביזן סאמע סאָף פון דעם ביכל, קלינגט אין מיר איר קאָל.

איך פארמאך די אויגן -- איך װויל אופשטעלן אין זיקאָרן איר פּאַנעם, אָבער די די- נינקע ליניעס פון איר סילועט פארהאלטן זיך ניט מער װי אף א רעגע און צעשווימען זיך, גלײַך װי מע װאָלט איר סילועט אויסגעמאַלט אפן זאמד באם יאם, און אן אומדערווארטע כוואליע װאָלט אים פּלוצעם פארדעקט און אָפּגעשװענקט.

די צײַט איז א שלעכטער רעסטאוװוראטאָר.

נאָר איר קאָל, איר אייגנארטיקע מאניר צעציען די װערטער, גלײַך װי זי עבט פון זײ עפּעס אויס, איז דער יאם פון די אװעקגייענדיקע יאָרן ניט בעקויעך אָפּצושװענקען.

דאָס װאָס מע פארהיט אין הארצן, קאָן מען שוין קיינמאָל ניט פארגעסן...

,.אָט האָט איר א באװײַז, אז דער קליינער פּרינץ האָט טאקע עקזיסטירט: ער איז געווען זייער און זייער א װוילער, ליב געהאט צו לאכן, און ס'האָט זיך אים זייער געגלוסט צו האָבן א לעמעלע. און וועמען עס גלוסט זיך צו האָבן א לעמעלע, דער, אָן צווייפל, עק- זפטירם.,"

דרײַ אלטע אקאציעס וואקסן אנטקעגן בארביערוס שטוב. אין אָנהײב זומער, ווען זי הייבן נאָר אָן בליִען, טראָגט זיך אין דער לופט אזא רייעך, װי אין א פּאריקמאכערײַ, עס דאכט זיך, אז די גאנצע גאס אונדזערע האָט מען באגאָסן מיט אָדעקאַלאָן, נאָר דער צוויט פון די אקאציעס האָט נאָך א מײַלע: מע קאָן אים עסן.

מיט די כעוורע דראפּען מיר זיך ארוף אף די ביימער, שטופּן אָן פולע בוזעמס מיט צוויט און דעם גאנצן טאָג קוויקן מיר זיך. מע דארף ניט קיין קאָנפעקטן -- דער צוויט אליין איז זיס-האָניק. אין א טאָג זיץ איך אזוי אף א צװײַג פון דער אקאציע און טו מײַן געוויין- לעכע ארבעט. זיצן אפן בוים איז ניט ערגער װי שטיין באם בוידעם-פענצטערל. אלץ איז --

43

װי אף דער דלאָניע. און פון אונטן, פון דער ערד, װאָס װאָלט איך געזען? -- גאָרניט מיט נישט!

אָט, לעמאָשל, בארביערוס הויף. וועדליק איך ווייס, פארמאָגט דער אלטער בארביערו שטיבער: אין איין שטוב, װאָס גייט מיט די פענצטער ארויס אף דער גאס, װוינט ער איניי- געם מיט זײַן מישפּאָכע, און די צווייטע שטוב, װאָס שטייט אין הויף, -- פארדינגט ער..

די װײַבער אף דער פּריזבע:

-- דער אלטער בארביערו?.. ער דארף שוין זײַן אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן!.

-- מע זאָגט, אז ער איז אמאָל געװוען א פארשיקטער...

-- מע זאָגט!.. װאָס ווייסט מען?.. מענטשן האָבן ליב צו פּלאפּלען מיט דער צונג!.

דאפקע א מאָלדאוואן, נאָר ייִדיש קען ער -- געזונט אן אײַזן!.

ניט לאנג צוריק, האָבן זיך אין אָט דער צווייטער שטוב ארײַנגעצוגן נײַע ,קווארטי- ראנטן', יענץ אומבאקאנט מיידעלע מיטן לאנגן צאָפּ פונהינטן, װאָס זיצט קימאט א גאנצן טאָג אף א קליין בענקעלע, איז, װײַזט אויס, אויך פון די נײַע קווארטיראנטן.

-- היי! -- גיב איך צו איר א געשריי. --- וי הייסטו?

דאָס מיידעלע דרייט אויס דעם קאָפּ אין מײַן זײַט, אָבער זען זעט זי מיך ניט, װײַל איך בין גוט באהאלטן צווישן די געדיכטע בלעטער.

-- כא-כא! דו װועסט זיך קײינמאָל אין לעבן ניט אָנשטױסן, װוּ איך בין!..

איך שפּרינג אראָפּ פונעם בוים און מיטן אקסל גיב איך א שטופּ דאָס הויף-טירל,

-- נו, ויאזוי זשע רופט מען דיך? -- פרעג איך ווידעראמאָל, שטייענדיק שוין לעבן איר, און אליין טראכט איך: אָט אזא צאָפּ, װאָס זי האָט, איז זייער גוט א שלעפּ צו טאָן.

-- זאָיקע הייס איך...

-- זאָיקע, -- פרעג איך איבער, און שיס אויס מיט איין אַטעם, -- זאָיקע- שמאָיקע- טאראפּאָיקע!..

,... אזוי האָבן מיר זיך באקאנט מיטן קליינעם פּרינץ,."

זאָיקע נעמט אָן מיט דער האנט איר לאנגן צאָפּ און הייבט אים גיך אָן צעפלעכטן. די פינגער אירע טוען עס אזוי פלינק, אז אין איין אױיגנבליק צעשיטן זיך אירע האָר איבערן אקסל.

-- און װוּ האָסטו ביז אהער געװווינט? -- פרעג איך זי.

א װײַלע שװײַגט זי, װײַזט אויס, בארויגעז אף מיר געװאָרן. אלע מיידלעך, טאָמער עפּעס ניט אזוי, הייבן זיי זיך באלד אָן בלאָזן.

-- װײַט. -- ענטפערט זי שטילערהייט. -- און סײַװיסײַ... ניין... דו װעסט עס ניט פארשטיין...

-- װאָס װעל איך ניט פארשטיין? -- פארדריסט מיך שוין. -- מיינסט, מיסטאמע, אז איך בין א פּיצעלע קינד... זעסט דען ניט, אז ס'איז מיר שוין קימאט זעקס אאָר... און דו, דו ביסט פּאָשעט א װאָבראזשוליא!

איך בין שוין גרייט געווען א שלעפּ טאָן זי באם צאָפּ און אנטלויפן, נאָר פּלוצעם טוט מיך די זאָיקע-שמאָיקע-טאראפּאַיקע א פרעג:

-- װאָס זשע האָסטו געטאַן אפן בוים?

-- װאָס הייסט, װאָס איך האָב געטאַן?.. געריסן צוויט! -- און איך גיב זיך א גלעט איבערן אָנגעשװאָלענעם בוזעם. -- זעסט דען אליין ניט?.. כ'האָב זיך שוין באװאָרנט אפן גאנצן טאָג!

זאָיקע ווערט מיטאמאָל רויט. צוויי דינינקע אָדערלעך באװײַזן זיך בא איר אפן שטערן צװישן די ברעמען:

== גי -- זאָגט זי שטיל, -- איך זע ניט... איך בין א בלינדע...

,.. דערקענען זאכן קאָן מען נאָר דעמלט, ווען מע פארכאווערט זיך מיט זיי, -- האָט געזאָגט פוקס, -- בא מענטשן איז שוין ניטאָ קיין צײַט צו דערוויסן זיך װעגן עפּעס. זי קויפן שוין אין די קלייטן פארטיקע זאכן. ס'איז דאָך אַבער ניטאָ אזא קלייט, װוּ מע װאָלט געקאָנט קויפן פרײַנט -- האָבן טאקע דערפאר די מענטשן קיין פרײַנט ניט. אויב דו ווילסט, אז בא דיר זאָל זײַן אן עמעסער פרײַנט, פארכאווער זיך מיט מיר!,"

אפן אנדערן טאָג דריי איך זיך שוין ווידעראמאָל בא בארביערוס טירל. עס גלוסט זיך מיר א שטופּ טאַן מיטן אקסל און ארײַנלױיפן אין הויף. איך שטיי אָבער, גלײַך װי עמע צער האלט מיך פאר דער האנט און שעפּטשעט מיר אין אױיער: ,נו, װאָס האָסטו דאָרט פארלוירן? עס פּאסט דען א ייִנגעלע צו שפּילן זיך מיט א מיידעלע?.. װאָס װעלן אף דעם דײַנע כאוויירים זאָגן?" אין דער זעלבער צײַט טראכט איך: פארװאָס זאָל איך זיך טאקע מיט זאָיקען ניט שפּילן?.. ,ויאזי זשע װעסטו זיך מיט איר שפּיל, -- שעפּטשעט מיר אין אוער דער ,עמעצער", -- אז זי, דײַן זאיקע, איז א בלינדע, און שפּרינגען שפרינגט זי ניט, לויפן לויפט זי אויך ניט -- זי זיצט נאָר דעם גאנצן טאָג אף איר בענקעלע און רירט זיך ניט פונעם אָרט?."

פונדעסטוועגן גיב איך א שטופּ מיטן אקסל דאָס טירל. פונעם קלאפּ גיט זיך זאָיקע א װאָרף.

-- האָב ניט קיין מוירע... דאָס בין איך!

-- כ'האָב דיך דערקענט..

-- ויאזוי האָסטו מיך דערקענט?

זאָיקע נעמט אין דער האנט דעם צאָפּ און הייבט אים פּאװאָלינקע אָן פלעכטן.

-- איך האָב פארגעדענקט דײַן קאַל... דו האָסט געלייענט דאָס ביכל ,דער קליינער פּרינץ"?

-- ניין, איך לייען נאָך זייער שוואך... עפּעס א גוט ביכל?

-- זײער א גוטס, -- װוערט זאָיקע לעבעדיקער, -- אַנגעשריבן האָט עס א באװוסטער שרײַבער א פּילאָט...

-- מיסטאמע, -- שלאָג איך איבער זאַיקען, -- איז דאָס ביכ? וועגן דער מילכאָמע, יאָ?

ו

49

-- די ייִנגלעך האָבן אין זינען נאָר מילכאָמע און שפּיאָנען, גלײַך סזײַנען ניטאָ קיין בעסערע זאכן אף דער ועלט!.

עך, טראכט איך צו זיך, װאָס פארשטייט איר, מיידלעך, אין אזעלכע זאכן װי מילכאָמע און שפּיאַנען? איר ווייסט נאָר פון ליאלקעס און פון שפּרינגען איבער א שטריקל...

-- ..., דער קליינער פּרינץ" -- דאָס איז גאָר א באזונדער ביכל! איך קען עס פונעם ערשטן ביזן לעצטן װאָרט אף אוױיסװײניק.

זאָיקע גיט זיך א רוק אף איר בענקעלע א ביסעלע אין א זײַט און זאָגט:

-- זעץ זיך לעבן מיר אװועק, װעל איך עס דיר דערציילן.

און זי הייבט אָן שטילערהייט: ,אף א װײַטער פּלאנעטע האָט געלעבט א קלינער פּרינץ. ער האָט פארמאָגט בלויע-בלויע אויגן און א קאָפּ גאָלדענע האָר. געלעבט האָט ער אף זײַן פּלאנעטע איינער אליין, און ווען עס פלעגט אים וװערן זייער אומעטיק, האָט ער ליב געהאט זיך אוועקזעצן אף א בענקעלע און קוקן װי עס פארגייט די זון. און קוקנדיק אפן זון-פארגאנג, האָט דער קליינער פּרינץ געטראכט: ,וי גוט װאָלט געוען, וען איך האָב אן עמעסן פרײַנט..".

זאָיקע דערציילט און מיט די פינגער קלײַבט זי איבער אירע האָר אפן קאָפּ, פאר- פלעכט זיי ווידעראמאָל אין א צאָפּ. איך קוק אף אירע פינגער, זיי זײַנען לאנגע, דינע און אזעלכע ביגעוודיקע -- אָט-אָט, דאכט זיך, װעט זאָיקע אײַנפלעכטן אירע אייגענע פינגער אין צאָפּ, װי א סטענגע.

-- ...דו ווייסט, -- שטעלט זיך זאָיקע אָפּ, -- איך בין געװאָרן א ביסל מיד. אויב דו ווילסט, קום צו מיר מאָרגן...

און איך האָב אַָנגעהױיבן יעדן טאָג ארײַנצוגײן צו זאָיקען. װי עס האָט זיך ארויסגע- וויזן, קאָן מען זיך אויך גוט שפּילן מיט א מיידעלע און דערצו נאָך באגיין זיך אָן שפּרינגען און אָן לויפן. זאָיקע איז עלטער פון מיר אף דרײַ יאָר. דאָס מײַסעלע װעגן דעם קליינעם פּרינץ, װאָס זאָיקע האָט מיר דערציילט, איז מיר בעפיירעש זייער געפעלן געװאָרן, כאָטש ס'איז ניט וועגן מילכאָמע. און ביכלאל האָט זאָיקע ליב צו דערציילן קאָלערלײ מײַסעלעך, וועלכע זי טראכט אליין צו. מוישע-װאָראָנעס געשיכטעס זײַנען קעגן אירע מײַסעלעך, וי נאכט קעגן טאָג. בא אים, בא מוישקען, איז איין געשיכטע ענלעך צו דער אנדערער -- עס הייבט זיך ניט אָן און עס לאָזט זיך ניט אויס.

איינמאָל נאָך דעם, װי כ'האָב דערציילט זאָיקען װעגן דעם גרינעם טאָל, װוּהין מיר לויפן יעדן טאָג שפּילן אין פוטבאָל, האָט זי בא מיר א פרעג געטאָן

-- און כאלוימעס כאָלעמען זיך דיר?

-- כא-כא, א מאָדנע פראגע... אויך מיר א גר'יסע מעציע! ס'איז מיר גענוג אנידער- צולייגן דעם קאָפּ אפן קישן, װי עס הייבן מיר זיך באלד אָן כאָלעמען קאָלערלײ כאלוימעס...

-- און װאָס זשע כאָלעמט זיך דיר?..

-- ט'וועל איך גיין געדענקען!.. װי נאָר איך כאפּ זיך אוף אינדערפרי פונעם שלאָף, פארגעס איך מיטאמאָל אלע כאלוימעס...

-- עס קאָן דען אזוי זײַן, אז מע זאָל עפּעס זען און טייקעף װעגן דעם פארגעסן?..

,איך װאָלט פונדעסטוועגן געװאָלט װויסן, צו װאָס שײַנען די שטערן? מיסטאמע צוליב דעם, אז יעדער זאָל קאַנען, פריִער אָדער שפּעטער, אָפּזוכן אפן הימל זײַן שטערנדל".

דער צוויט פון די אקאציעס איז שוין פון לאנג אראָפּ, און אָנשטאָט אים האָבן זיך צװישן די בלעטעלעך געיאװועט לאנגע, געקרײַזלטע סטרוטשקעס. אויב מע זאָל די סטרוטש- קעס צעדרויבלען אף דער דלאָניע, פאלן פון זיי ארויס קליינינקע, געלע פאסאָלקעלעך, וועלכע האָבן שוין ניט, צום באדויערן, קיין שום טאם.

א זשמעניע מיט אָט די פאסאָלקעלעך האָב איך געבראכט צו טראָגן זאָיקען. זי האָט זי באטאפּט מיט די פינגער און געזאָגט, אז זי װעט זיך מאכן פון זיי א שנירל קארעלן. אזא געדאנק, מיין איך, קאָן קומען אין קאָפּ ארײַן נאָר א מיידעלע.

-- דו װייסט, -- זאָגט מיר זאָיקע װײַטער, -- איך דערקען שוין דײַנע טריט... -- און לייגט אליין פאָר, --- לאָמיר הײַנט מיט דיר גיין אין גרינעם טאָל... דו האָסט װעגן אים אזוי שיין דערציילט...

-- און די מאמע דײַנע װעט דיר לאָזן גיין מיט מיר?

== אואדעו,. מים. זיר -- יא

= 40

,אף דער פּלאנעטע, װוּ עס האָט געלעבט דער קליינער פּרינץ, זײַנען שטענדיק גע- וואקסן פּאַשעטע, באשיידענע בלומען... און יענע ריז איז פּלוצעם אופגעוואקסן פון א קערנדל, װאָס ס'האָט צופעליק געבראכט אף דער פּלאנעטע דער װינט. און דער קליינער פּרינץ האָט שוין ניט געקאָנט אָפּרײַסן קיין אויג פון אָט דעם פּיצינקעלע פלאנצעלע, װאָס איז געווען אזוי ניט ענלעך אף די איבעריקע בלומען..."

אין טאַל האָט זיך דאָס גראָז פארן זומער ווילד צעוואקסן.

ניט װײַט פון דעם אָרט, װוּ מיר זײַנען געשטאנען מיט זאָיקען, האָט זיך געפּאשעט א װײַס פערדל. די הינטערשטע פיס זײַנען בא דעם פערדל געװען געפּענטעט, און קעדיי איבערצוגיין פון איין אָרט אף אן אנדערן, האָט דאָס בידנע פערדל געמוזט אונטערשפּרי- גען אף אלע פיר פיס, און דאָס האָט בא מיר ארויסגערופן א געלעכטער.

-- און פון װאָס איז דיר אזוי פריילעך? -- האָט זאָיקע געזאָגט נאָך דעם, װי איך האָב איר ועגן פערדל דערציילט. -- אף דײַן אָרט װאָלט איך ניט געלאכט!.. כװאָלט דאָס פערדל פּאַשעט באפרײַט!..

יאָ, סאיז גרינג צו זאָגן ,באפרײַט", און טאָמער װעט מיר דאָס פערדל א שמײַט טאָן מיטן עק אין פּאָנעם?.. צי א בריקע טאָן מיט די פיס?.. זאָיקע אָבער וויל פון גאָרנישט ניט הערן: א פערד, זאָגט זי, דארף זײַן פרײַ, וי א ווינט!

-- דו ביסט דאָך א ייִנגעלע! און א ייִנגעלע דארף זײַן א דרייסטער... דער קליינער פּרינץ װאָלט אָן אן איבעריק װאָרט עס געטאָן!

נאָך די ווערטער האָט מיך שוין אָנגעכאפּט א פארדראָס. הייסט עס ער, דער קליינער פּרינץ, װאָלט ניט מוירע געהאט פארן פערדל, און איך...

-- שטיי דאָ! -- רוף איך זיך בייזלעך אָן צו זאָיקען. -- באלד װעל איך זיך אומקערן!

פּאוואָלינקע, פונהינטן, גאנווע איך זיך צו צום פערדל... איך זע איצט פאר זיך נאָר א לאנגן, פארקויטיקטן עק, וועלכער האלט אין איין פאָכען הין און הער... אָט-אָט, טראכט איך, װעט מיר דער עק פארטשעפּען און איך װעל אוועקפליען, װי א פעדער... און עפשער, טוט א בליץ א געדאנקעלע, עפשער װאָלט געווען בעסער זיך פּאַשעט אומקערן און זאָגן זאָיקען, אז כ'האָב שוין דאָס שטיקל ארבעט אָפּגעטאָן און דאָס פערדל איז שוין פרײַ, װי דער װוינט?.. סײַװיסײַ װעט זאָיקע ניט זען צי כ'האָב עס יאָ געטאָן, צי ניט געטאָז!..

און איך גיב א קוק אף צוריק. זאָיקע שטייט אף דעם זעלבן אָרט, װוּ כ'האָב זי אי- בערגעלאָזט -- איינע אליין אינמיטן גרינעם טאָל. דאָס הויכע גראָז פארשטעלט אירע פיס און אף א רעגע האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אז זי, זאָיקע, איז איצט ענלעך אף יענער רויטער רויז, וועלכע וואקסט אפן קליינעם פּרינצס פּלאנעטע... זי ווארט אף מיר!.. אין די אויערן מײַנע קלינגען נאָך אירע װערטער: ייִנגעלע דארף זײַן א דרייסטער!.. א דרייסטער!"...

און גלײַך װי עמעצער האָט מיך א שטויס געטאָן און א שטופּ געטאָן צום פערדל, האָב איך זיך געגעבן א װאָרף צו די פּענטעס און זיי אָנגעהױבן אופבינדן. נאָר דער קנופ איז געווען אזוי שטארק פארצויגן, אז כ'האָב אים בעשום-אויפן ניט געקאַנט צעבינדן. כ'האָב זיך שוין צעריטשעט אלע פינגער, צעריסן זיך די נעגל... ניין! ס'איז ניט אין מײַנע קויכעס צעבינדן אָט דעם אײַזערנעם קנופּ.. אפילע ער, טאקע דער קליינער פּרינץ, װאָלט דאָ אויך גאָרנישט ניט אופגעטאָן... כ'בין אָפּגעגאָסן געװאָרן מיט שווייס. שווערע טראָפּנס האָבן געפּױזעט איבערן פּאָנעם, ארײַנגעקראָכן אין דער נאָז, געביסן, געקיצלט, געגעסן די אויגן... און עפשער איז עס גאָר ניט קיין שווייס, נאָר טרערן; איך װער, דאכט זיך, באלד צעשפּרונגען פון קאס. איך ווייס שוין אליין ניט, װאָס איך טו... מיט די ציין פאל איך צו צו די פּענטעס און הייב זיי אָן הריזען... הריזען...

וויאזוי כ'בין ארויסגעקראָכן פון אונטערן פערדל, און ווען איך בין צוגעגאנגען צו זאָיקען -- געדענק איך ניט! איך בין געקומען צו-זיך פון זאָיקעס ווערטער:

-- איך ווייס... ס'איז דיר געווען שווער... איך האָב עס געפילט... געפילט.

זאָיקע איז געשטאנען אנטקעגן מיר, אין די הענט האָט זי געהאלטן די איבערגעהרי- זעטע פּענטעס און פון אירע ברייט-צעעפנטע אומבאוועגלעכע אויגן האָבן גערונען צוויי שמאַלינקע ריטשקעלעך טרערן..

איך לייען נאָך אלץ דאָס ביכל , דער קליינער פּרינץ". איך לייען און הער זיך צו צו איר לעבעדיק, קינדערש קאָל, װאָס הערט ניט אוף צו קלינגען אין מיר: ,... באנאכט װעסטו א קוק טאָן אפן הימל, דאָרטן װעט זײַן דאָס שטערנדל, װוּ איך לעב און װוּ איך לאך -- דו װעסט דערהערן, װי אלע שטערנדלעך לאכן. דײַנע שטערן װעלן קאָנען לאכןו".

47

..און אַט זיץ איך דאָ אפן בוידעם און טראכט: פונוואנען זשע האָב איך זיך פונדעסט- וועגן גענומען אף דער װעלט? די מאמע זאָגט, אז זי מיטן טאטן האָבן מיך געקויפט אין קלייט. כאיִם דער גרויסער זאָגט אָבער, אז דאָס אלץ איז ,באבסקע מײַסעס". קינדער, זאָגט כאיִם װערן געבוירן פון דער מאמעס בויך. אוב שוֹין גלייבן אים, װאָס זשע קער זיך אַן אהער מײַן טאטע? עפּעס בינדט זיך ניט איינס מיטן צװייטן! נאָר מיילע -- װי עס זאָל ניט זײַן, איז שוין גוט, װאָס איך בין דאָ. ס'איז פּאָשעט א שאָד, װאָס מײַנע עלטערן האָבן זיך אזוי שפּעט דערמאָנט אין מיר, אנדערש װאָלט איך באוויזן צו זײַן אף זייער כאסענע. די באָבע זאָגט, אז ס'איז געווען זייער א פריילעכע כאסענע. איך שטעל זיך שוין פאָר, װי זי האָט דעמלט אויסגעטאנצט איר באליבטן ,קאזאטשאָק"! װאָס איז אָבער דאָ איצט צו רעדן -- ס'איז שוין א פארפאלענע זאך. און סײַװיסײַ האָב איך זייער ליב צו קוקן אף דעם פּאַרטרעט, װוּ מײַנע עלטערן זײַנען פאָטאָגראפירט, װי א כאָסן און א קאלע. די קעפּ זייערע גענייגט א ביסל אף א זײַט, איינער צום אנדערן, גלײַך װי זיי װאָלטן איינער דעם אנדערן געזוכט מיט די אויגן און זיך צופעליק באגעגנט.

מײַן טאטע איז אן אינזשעניער, און די מאמע מײַנע ארבעט אף דער פוטער-פאבריק. די געשיכטע, ויָאזוי מײַנע עלטערן האָבן זיך באגעגנט, האָב איך שוין געהערט, דאכט זיך, טויזנט מאָל, און דאָך קאָן איך זי הערן און הערן:

,אין איינעם א טאָג איז מײַן טאטע געקומען צו פאָרן פון ריבניצע קיין בעלץ צו זײַן פעטער. אָבער װוּ עס װוינט זײַן פעטער האָט מײַן טאטע ניט געװוּסט. און ס'האָט זיך גע- דארפט אזוי טרעפן, אז פּונקט אין דער זעלבער צײַט, ווען מײַן טאטע האָט געזוכט זײַן פעטערס שטוב, זאָל זיך פון דער ארבעט אומקערן מײַן מאמע, און ער, מײַן טאטע, זאָל פּונקט בא איר א פרעג טאָן: ,אנטשולדיקט מיך, ביטע, איך בין ניט קיין היגער און כ'קאַן ניט געפינען די גאס..." -- און מײַן טאטע האָט אָנגערופן זײַן פעטערס גאס... ,יאַ, איך גי פּונקט אין יענער גאס, -- האָט אים געזאָגט די מאמע, -- קומט מיט מיר, װעל איך אײַך װײַזן..." און זיי האָבן זיך געלאָזט גיין..

די באָבע זאָגט, אז ס'איז א באשערטע זאך. עפשער איז זי גערעכט. איך האלט אָבער, אז ס'איז פּאַשעט גוט, װאָס בא מײַן טאטן איז פאראן אין בעלץ אן אייגענער פעטער, וועל- כער װוינט אף יענער גאס, װוּהין מײַן מאמע איז אין יענעם טאָג געגאנגען נאָך דער אר- בעט, און װאַס פּונקט בא איר האָט דער טאטע מײַנער געפרעגט, ויאזוי צו געפינען די גאס, אנדערש... אנדערש, מיין איך, װאָלטן מײַנע עלטערן זיך ניט באגעגנט, און איך װאָלט אוואדע ניט געווען זייער זון. נאָר אזוינס קאָן איך זיך אפילע ניט פאָרשטעלן, װײַל אזוינס קאָן גאָר ניט זײַן!

דער זיידע זאָגט, אז אלץ אין דער װעלט דארף זיך טרעפן צו דער צײַט. װײַזט אויס, דער טאטע מיט דער מאמען האָבן זיך אויך באגעגנט צו דער צײַט, און צו דער צײַט בין איך געבוירן געװאָרן, װײַל אף מיר, ווייס איך, האָט געווארט דער נאָמען, וועלכן ס'האָט אמאָל געטראָגן מײַן פעטער, װאָס איז אומגעקומען אף דער מילכאָמע.

טאקע דערפאר רופט מען מיך אזוי: בערל, באָריס, באָרעלע.

דאָס פינפיאָריק ייִנגעלע איז פּלוצעם נעלעם געװאָרן.

עפשער האָט אים די באָבע גערופן עסן? אָדער די מאמע -- שפּילן א ביסל אפן אקאָרדעאָן? און עפשער איז ער מיט די כאוויירים זײַנע אוועק שפּילן זיך אין גרינעם טאָל?..

עס קאָן גאָר זײַן, אז איך בין אים פּאָשעט נימעס געװאָרן מיט מײַנע ,קלוגע דיבו- רים"... זײַנע געדיכטע, לײַכטע האָר האָבן זיך בלויז אף א רעגע א קרײַזל געטאָן אין רוים און פארשוװונדן געװאָרן אין דער צוקונפט...

ס'איז שוין שפּעט באנאכט, איך זיץ אָבער אלץ באם שרײַבטיש איבער א קלאָר װײַס זײַטל פּאפּיר. איך ווארט, איך הער זיך צו צו דער שטילקײַט. װער ווייסט, עפשער װעט זיך דאָס ייִנגעלע פונדעסטוועגן אומקערן... קינדער האָבן ליב א ביסל מער צו פאנטאזירן, און מיר, די דערוואקסענע, -- צו פארשװײיַגן!..

יאָ, דער לייטער פונעם לעבן פירט מיך ארוף. און װאָס שמעלער עס װערן די טרעפּ- לעך זײַנע, אלץ מער און מער דערנעענטער איך זיך צו מײַן פארגאנגענהײַט. און אין יענער רעגע, ווען אין אומסאָף-רוים װעט זיך מײַן צוקונפט איבערקרייצן מיט מײַן פארגאנגענהײַט, װעט געשען א נעס -- עפּעס װעט זיך פארײיביקן.

אָקטיאבער -- דעקאבער 1982

3---8

פּיניע פּלאַטקין

פון דער הײַנעצײטטעיקער

סאָוועטישער י:דישער דיכטונג

דער אלטער קאָמיסאר

טוט נאָר א קוק אף זײַנע שטארקע הענט! ער איז, ניט נאָך די יאָרן זײַנע, מונטער. איך האָב דעם אלטן קאָמיסאר געקענט נאָר דעמלט, ווען ער איז געווען א יונגער.

אין בירגערקריג זײַן יוגנט הייבט זיך אָן און ציט זיך, קאָן מען זאָגן, ביז אצינדער. ער איז געווען א מיטגליד פון רעװוקאָם,

דערנאָכדעם א קאָלװירט אין דאָרף געגרינדעט.

אויך דאָרט איז אויסגעקומען אים ניט גרינג -- טעג ניט דערעסן, נעכט ניט דערשלאָפן.

ארן װוערגעליס

אֹ

איך טראָג ארום דעם הימן מיט ביידע מײַנע הענט. די ליבע -- ביזן הימל, דער הימל -- אַן אן ענד.

אין יענער צײַט א באלעגוף אין אים פון אן אָברעז אנומלט האָט געשאָסן.

די נאָט, װוּ ס'האָט די קויל געפּאקט, צעגיט, קימאט שוין אָפּגעריסן איז דער ארבל.

ער איז געשטאנען אפן ראנד פון טויט,

נאָר ניט געטראכט אפילע װועגן שטארבן.

אזא איז ער געווען און איז פאראן,

אזוי אין לעבן גיין איז אים געלונגען, איך האָב געקענט דעם אלטן קאָמיסאר נאָך דעמלט, ווען ער איז געווען א יונגער.

ה י מן

אין דעם נעשאָמע-גאָרטן

איין אויבסט אף יעדער בייט: פארפלאנצטע ליבע דאָרטן, װוּ ס'איז דער באָדן גרייט.

19

כ'פארשטיי אין הימל-זאכן ס'איז אלעף, בייס און גימל

און פריי זיך מיט דער ערד, און ביזן טאָף געווענדט. און װאָס איך זאָל ניט מאכן, די ליבע -- ביזן הימל, איז עס מיר אלץ נאָך שלעכט. דער הימל -- אָן אן ענד. : ליפע הצלער דער מענטש א טײַך האָט צוויי ברעגן, באוווסט איז עס יעדן, א מענטש -- נאַר איין ברעג. דאָס יעדערער ווייסט: פון טויזנט וועגן עס לעבט זיך אין לעבן ער קלײַבט אויס איין וועג. מיט מי און מיט שווייס. ער וויל זיך ניט ווארפן א טײַך האָט צוויי ברעגן, אהין און אהער, א מענטש -- נאָר איין ברעג. א מענטש האָט איין האפן, פון טויזנט ועגן איין אייגענע ערד. ער קלײַבט אויס איין וועג. 5

מארק ראזומגי

0

רומבולער וואלד

אין הארבסט 1941 האָבן די פאשיסטן אין דער צײַטװײַליק פארכאפּטער ריגע אומגעבראכט דרײַסיק טויזנט ייִדן. דער שוידער- לעכער מאָרד איז דורכגעפירט געװאָרן אין וואלד פון רומבולא.

שטערט ניט די הײיליקע שטילקײַט פון רומבולער וואלד! דאָ רוישן די ביימער שוין מער ניט זינט יאָרן,

זי שטייען פארשטיינערט אין צאר און אין צאָרן,

אין זייערע קרוינען פארשטיקטער געוויין זיך באהאלט.

זי שטייען, די רומבולער ביימער, אין פּײַנען פארהילטע, פארקלעמטע פון דעם, װאָס זיי האָבן געזען און געהערט.

עס ווילט זיך זיי שרײַען, צעריִען די בלוטיקע ערד, -- נאָר ס'האָט זיי דער גוירל פארמישפּעט צו לײַדן אין שטילקײַט.

עס הויערט אף רומבולער ביימער דער טרויער פון הארבסטיקײַט טריבער, זי שטייען פארשטײַפטע, מיט צװײַגן, װי פויסטן אין צאָרן געבאלט,

וי פויסטן, װאָס מאָנען און מאָנען באצאָלונג פאר גריבער...

ס'איז הײליק און שטיל, נאָר די שטילקײַט -- זי ברויזט און זי שאלט

מיט טויזנטער עכאָס פון דונער אין הארץ און געמיט, און דעריבער -- שטערט ניט די הייליקע שטילקײַט פון רומבולער וואלד!

אלעקסאנדער בעלאָוסאַװ

די לעצטע מינוט

,אז איר װעט איצט א דריק טאָן דאָס קנעפּל, װעט דאָס לאנד באלד אָפּגעראטעװעט וערן פון דער ערך".

הערסט, איידער דו גייסט צו צום קנעפּל אף אָפּצוגעבן דעם באפעל,

פארהאלט זיך אפן לעצטן טרעפּל

און שטיי א װײַלע אף דער שוועל.

די פייגל רירן זיך אין נעסטן און וואכן אוף צו א געזאנג, מיט װוּקס און רײַפקײַט זיך פארמעסטן אין סאָד א פרוכט, אין פעלד א זאנג.

די פּאָרלעך אײַנגעמאטערט ליגן און פילן ניט, װאָס סווארט אף זיי, די קינדער שלאָפן אין די וויגן, ניט װויסנדיק פון טויט און וויי,

פון א קינדס א בריון צום פרעזידענט רייגאן

סע רוישן וועלדער, טײַכן רינען, ס'איז פריש די רױטקײַט פון קאיאָר; די יונגע ערד איז גרייט אונדז דינען נאָך בא א פּאַר מיליארדן יאָר.

מאך אוף דײַן אויג, מאך אוף דײַן אויער, פארנעם די גאנצע גרויסע וועלט:

זי איז נאָך דאָ, דאָס לעבן דויערט,

די צײַט איז נאָך ניט אָפּגעשטעלט.

די מענטשן, כײַעס, ביימער, גראָזן -- אלץ לעבט און אָטעמט אייביק-הייס... נו, אָנגעקוקט זיך? זיך אנטשלאָסן? איצט גיי און טו, װי דו פארשטייסט.

81

מצנדל ליפשיץ

עס איז קעדײַ

ניט אומזיסט האָסט געווארט, ס'האָט פריידיק די ועלט,

ניט אומזיסט האָסט געגרייט זיך, אָנגעהױבן צו ראשן.

ס'האָט דער ליכטיקער מארט

אין פעלדער צעשפּרײט זיך, יאָ, עס איז דאָך קעדײַ דײַן ווארטן, זיך גרייטן,

דערנאָך האָט אפּרעל, ס'קומט אָן דער מײַ

דורכגעשפּאנט אלע גאסן, מיט בלומען און קווייטן,

0 בוזי מילער

ווענערע דרײַ פּאראשוטן, פון שטויב און גליענדיקן זאמד... גרעסער איינער פונעם אנדערן, דען ניט אזא -- זיר עפענען פאנאנדער, און אין אָוואר װײַטן טו א בליק -- אף דער פּלאנעט, אף איר צעגליטן באָדן, געוען איז אונדזער ערד מיט אלעם נייטיקן באלאָדן, מיט מיליאָנען יאָר צוריק? שטײַגט ווייך אראָפּ איין אפּאראט, דען ניט אין דעם א צווייטער, און -- דער אָוואר װײַטער אויך באגרײַפן שווער דערפון די װערט -- פון גאָרער זון-סיסטעם? ס'נעמט אוף די ערד נאָר אויב אזוי, װענערעס גלוט איעדן מינדסטן פּראט נערט אונדזער מוט. פון װײַטן רוים. װאָס מער דער נעכטן קלאָר אונדז ווערט, זי שטיינער -- ברוין, אלץ קלאָרער -- װאָס צום הײַנט געהערט, אָראנזש -- דער הימל. אלץ זיכערער מיר קאָנען זאָרגן און א געווימל פאר אייניקלעך אין װײַטן מאָרגן..

0

92

יול ברכבינדצה

אף פרעמדע ערדן

אף פרעמדע ערדן װעט מײַן גלויבן זיך ניט נערן,

אין פרעמדע הימלען זעען טונקעלער אויס די שטערן,

פייגל, ווייס איך, װאָס געכאַװעט האָסט צום פליען,

האָבן זיך פארבלאָנדזשעט אין דער בויטעניש פון ספערן.

און עס דוכט מיר, אז זיי ליגן, פּונקט וי פונקען, װאָס צעטליען לעבן שײַטערס שוין פארלאָזטע, װאָס קענען ליכטיקער ניט װערן. טראָג איך איצט פאר אלעמען אן אויסגעבלויטן הימל

מיט ליכטיקײַט, געלאָדענער פון זומערדיקע שטערן,

אז ניט פארטשעפּען זאָל זיך קיינער אין דער בויטעניש פון ספערן.

6

דאַרע כײַקינע

מע קאָן פון דער זײַט ניט באמערקן אפילע

מע קאָן פון דער זײַט ניט באמערקן אפילע, אז גליקלעך איך בין, װי א גליקלעכע קאלע. און טאקע: א ייִדענע גייט זיך א שטילע, אפילע קיין לאך געבן גאָר ניט קיין באלן.

און ס'מאכט זיך פארקערט: כ'טו פארלוירן א שמייכל, ווען זיך אומגעריכט מיטאמאָל איך באדויער. כ'פארשטיי, ס'קאָן ניט לייגן זיך גלאט אפן סייכל,

אז שמייכלענדיק, כטײַנע זיך אויס מיטן טרויער.

כ'פארשטעל זיך ניט, כוויל קיין טעאטער ניט שפּילן, ס'איז פרעמד מיר די ווילדע נעטיִע -- זיך מאכן, מיט האָניק באשמיר איך ניט ביטערע פּילן.

פּראָסט --- װילט זיך מיר וויינען,

כ'הייב אָן פון זיך לאכן.

4 03

כאים בײרער

דער מעטעאָריט

א שטיינערנער מעטעאָריט ... געווען א שײנקײַט איז ארום,

איז אין א וואלד אראָפּגעפאלן... גערוישט עס האָט א ברויזיק לעבן,

פונוואנען, ווען -- מע ווייסט עס ניט, און פעלדזן זײַנען שטאָלץ און שטום

נאָר ס'האָט די וועלט גענומען שאלן. געשטאנען וינקלדיק דערנעבן.

מ'האָט עקספּעדיציעס צעשיקט, און קיינער האָט בא העלער שײַן

צעשטעלט פּראָזשעקטאָרס און געצעלטן זי ניט באמערקט אין סאמע מיטן;

-- ער איז צו אונדז -- אזא מין גליק -- -- אָט, זעט איר, ווען זיי װאָלטן זײַן

פון אנדערע געקומען װעלטן! ניט פעלדזן, נאָר מעטעאָריטן..

מ'האָט אים געצערטלט און געגלעט, דער מענטש האָט גליק און פּײַן פארזוכט,

מ'האָט אים געמאָסטן און געווויגן: נאָר ס'רופן אלץ אים װײַטע הײיכן:

-- אזא אנטיק, וי עֶר, איר זעט, ער פליט, ער שוועבט, ער אײַלט, ער זוכט --

איז קיינמאָל נאָך צו אונדז דערפלויגן. ער דארף, ער מוז נאָך נײַס דערגרייכן! ש

מאָטל גאָלבשטיײַן

דער הירש (סאָנעט)

אָ, אומרויקער הירש מיט הערנער שיינע,

װאָס איז געקומען פונעם נאכט-באהויכטן וואלד,

דעם הייסן דאָרשט צו שטילן אינעם קוואל --

איז שנייָק װאַלקנדל, װאָס קנוילט פון אונטער שטיינער! --

אף דײַנע צװײַגן-הערנער, וי אף הארפעס ויינען -- דער פרילינג-ווינט, דער פײַכטער רויש פון וואסערפאל, װאָס מישט זיך מיטן קלאנג פון שיינעם נאכטיגאל,

און שיר-האשירים קלינגט אף אלע ביימער.

ס'איז עמעס: אף די הערנער דײַנע דינע,

געהאלטן אָנגעצויגן האָסט דעם ועג,

ווען דײַנע קאָפּיטעס אף שמאָלן שטעג

געשאָטן האָבן דרויב. און אָט באם קוואל באגינען דו שטייסט און טרינקסט, און אומרויק דו האָרכסט, וי ס'בליצן אוף צעשטויבטע פלאמען אפן גראָז...

ר א יש

יריסעף ראבון

אניע--אניעטשקע

כֵ

די ןיי

צע יי

/ א ש?/ף 3 א א זי אבב 41 * 0

=

יא

4

װער קאָן באשײידן

קאפיטל איינס צי יאָרן זײַנען פארשיידן?

ערגעץ בא א װײַטן שאָכן האָט פארטאָג הילכיק זיך צעקרייט א האָן. ראָזע האָט געעפנט די אויגן, עטלעכע מינוט געלעגן אָן באוועגונג און דערנאָך זיך פארװונדערט: ביז איצט האָט זי קיינמאָל ניט געהערט, אז דעם שאָכנס האָן זאָל קרייען. אײַנשלאָפן האָט זי מער שוין ניט געקענט. און ווידער איז צו איר געקומען דער געדאנק וועגן עזרען, ער האָט זיך אומגעקערט אהיים, און זי האָט אים אפילע נאָך ניט געזען.

די לעצטע צײַט איז ראָזע מיד און אומצופרידן. זי װוייסט, אייגנטלעך, ניט, צי האָט זי עפּעס דערגרייכט אין איר לעבן. נאָך מער: זי ווייסט ניט אפילע, צי האָט זי געשטרעבט

פערטער טייל פונעם ראָמאן ,אין פארשיידענע יאָרן". פפ

צו עפּעס דערגרייכן. די יאָרן זײַנען געגאנגען, די טעג האָבן זיך געשאָטן, װי מעל דורך א זיפּ, ביז זי האָט זיך געכאפּט, אז אלץ קימאט איז שוין באלד אױיסגעזיפּט. און איצט איז איר סײַװי אלציינס. ניט זי קען כאפּן צוריק, ניט זי יל כאפּן צוריק.

מיט אוויגדערן איז דאפקע פארקערט. ער איז איינער פון די בעסטע דאַקטױירים אין דער שטאָט, איינער פון די אַנגעזעענסטע געזעלשאפטלעכע טוער, צו װעמן מע האָט צוטרוי און דערכערעץ. ער איז צופרידן פון זיך, פון זײַן מישפּאָכע, פון זײַנע בא- קאנטע. אים װוּנדערט נאָר אף ראָזען, ער פארשטייט ניט װאָס מיט איר קומט פאָר. פארװאָס מאכט זי אלץ אװועק מיט דער האנט, װי זי װאָלט פארלאָרן דעם כיישעק צום לעבן. און װאָס אים װונדערט נאָך: ראָזץ איז אפילע געװאָרן גלײַכגילטיק צו זייער מיזיניק, צו בענציענקען.

אין די שטאָטישע סעדער און גערטנער איז דער הארבסט אָנגעקומען מיט ברענענ- דיקע רויט-געלע קליאַן-בלעטער, וועלכע פאלן ביסלעכװײַז אף דער טרוקענער ערד. דער גרעסטער טייל ביימער שטייען שוין מיט הילע צװײַגן און וארעמען זיך אונטער דער שטילער אָפּגעקילטער זון. אין איינעם אזא שטילן שפּעט-הארבסטיקן טאָג אין דעם יאָר 1894 איז אַנגעקומען א יעדיע, װאָס האָט אין דער שטאָט ארויסגערופן אומרו: נאָך דרײַצן יאָר רעגירן איז דער רוסישער קייסער אלעקסאנדער דער דריטער געשטאָרבן, און אפן טראָן איז ארוף זײַן זון ניקאָלײַ דער צווייטער. אין גראָדנע ווייסט מען שוין גיט, אז א נײַער קייסער באטײַט נײַע צאָרעס, נײַע גזיירעס.

-- א נײַער בעזעם קערט גוט.

-- בעסער, װי דער אלטער האָט געקערט, קען שוין גאָרניט זײַן. דערמאָנט זיך כאָטש... גיירעש מאָסקװע, אוקאז פון דריטן מײַ, פּאַגראָמען אין דאָרעם-רוסלאנד.

-- אוי, מענטש איינער, צו שלעכטס איז דאַך קיין סאָף ניטאָ.

אָבער אָן טרייסט, אַן האָפענונג איז אויך אומעגלעך א טאָג איבערצולעבן. און מענטשן דערמאַנען זיך, אז אָן זײַן ליבן און הײליקן נאָמען װוערט אף דער ערד גאָרנישט ניט געטאַן, ער ווייסט, וי צו פירן זײַן וועלט.

שאבעס האָט מען אין דער גרויסער שוֹל און אין אלע באָטעמעדראָשים געזאָגט ,האנויסן טשוא" דעם נײַעם קייסער ניקאָלײַ האשייני, און ביסלעכװײַז האָט מען זיך גע- נומען בארויַקן: גאָט איז א פאָטער.

אין דעם זעלבן הארבסט מיט די זעלבע רויט-געלע בלעטער איז אָנגעקומען נאָך א יעדיִע, װאָס האָט אויך ארויסגערופן אומרו: אין פּאריזש האָט זיך אָנגעהױבן דער פּראָ צעס איבערן אַפיצער פון פראנצויזישן גענעראל-שטאב קאפּיטאן דרייפוס, וועלכער װערט באשולדיקט אין פאראט.

אויב די יעדיִע וועגן דעם קייסער ניקאָלײַ דעם צווייטן האָט מען אופגענומען, קאָן מען זאָגן, װי אן אלגעמיינע צאָרע, האָט מען דעם פּראָצעס איבער דרייפוסן אופגענומען וי אן אייגענע, א ייִדישע צאָרע. ,איך ווייס ניט, אויב די מײַסע פון דרייפוסן האָט נאָך ערגעץ אָנגעמאכט אזא ראש, װי אין קאסרילעווקע. אין פּאריזש, זאָגט מען, האָט דאָס אויך געקאַכט, װי אין א קעסל, גאזעטן האָבן געשריבן, גענעראלן האָבן זיך געשאָסן, און װײַסעכעװרעניקעס זײַנען ארומגעלאַפן איבער די גאסן, װי מעשוגאָיִם, געװאָרפן די היטלען און געארבעט מײַסים. דער האָט געשריען: ,װיוו דרייפוס!" און דער האָט געשריען איוו עסטערהאזי!" און ייִדן האָט מען דערװײַל געשמירט, געמאכט מיט בלאָטע, וי גע- וויינלעך... נאָר אזויפיל אגמעסנעפעש מיט אזויפיל יעסורים און ביזיוינעס, װי קאסרילעוו- קע האָט דערפון געהאט, -- דאָס װעט פּאריז נישט האָבן ביז מאָשיִעך װעט קומען" (שאָ- לעם-אלייכעם).

אין גראָדנע איז געווען דאָס זעלבע. גראָדנע איז קאסרילעווקע אין דעם מאסשטאב פון א גובערניע-שטאָט. און סאיז גאָרניט צו באװוּנדערן, װאָס ראָזע קאדיש האָט זיך אופגעכאפּט פון איר אלציינס-שטימונג, זיך אַנגעכאפּט אָן דרייפוסן און אויך דערמאָנט זיך אָן איר בענציענקען. א קייסער איז פאר ראָזען קיין נײַס ניט. איינער שטארבט, דער צווייטער קומט. זי האָט עס שוין געזען. אָבער פון דרייפוסן האָט דאָס הארץ בא איר

6

א ציטער געטאָן און אין האלדז האָט אָנגערירט א טרער. א בילבל! א בילבל אף איינעם, און לײַדן װעט א גאנץ פאָלק. זי װויל זיך אויך קלאָר מאכן, פארװאָס און מיט װאָס דריי- פוס דערמאָנט אָן איר מיזיניק. דער ענטפער קומט ניט גלײַך, נאָר ער קומט: דרייפוס איז איצט א העלד, און זי האָט דאָך געװאָלט, אז איר קינד זאָל זײַן א העלד בא יִדן װי א מאמע דערפילט זי מיטן הארצן, אז בענציען קאָן איצט ניט בלײַבן גלײַכגילטיק, עס מוז אים אָנרירן, אָנכאפּן באם הארצן. דרייפוס איז אן אָפיצער, א קאפּיטאן, און ער אליין, בענציען, כאָלעמט דאָך אויך צו װערן אן אָפיצער. די מאמע האָט קיין טאָעס ניט. זי פארשטייט זיך אף איר זון, ער איז, קיין אײַנהאָרע ניט, שוין אלט צװועלף יאָר. עס האָט געקענט געמאָלט זײַן, אז באשולדיקן אין פאראט זאָל מען א פּאַשעטן מענטשן, בענציע- נען װאָלט עס עפשער װינציק אָנגערירט. אָבער דרייפוס... אן אָפיצער פון פראנצויזישן גענעראל-שטאב... דאָס האָט אים דאפקע שטארק אָנגערירט. נאָך מער: עס לאָזט זיך אויס, אז איין און דער זעלבער צופאל ברענגט צו עטלעכע אויספירן. און איינער פון זײ: אין פראנקרײַך זײַנען פאראן ייִדן-אָפיצערן. און נאָך װעלכע! פון גענעראל-שטאב! דורך דעם אָפיצער דרייפוס וואקסט אויס דער ייד אין בענציענס אויגן. ער האָט זיך ניט מיט װאָס צו שעמען.

טעג גייען, װאָכן גייען, בענציען דערקענט זיך אליין ניט. עֶר נעמט גלייבן, אז פרייךד און לייך פון א פאָלק גייט טאקע איבער פון דאָר צו דאָר. און סאיז שוין גאָרניט אזוי ווילד, װאָס ייִדן פארקלאפּן האָמאַנס נאָמען. װאָס דען? שװײַגן! מיט װעמען רעדט מען וועגן דעם, בא ועמען פרעגן? מיט דער מאמען, נין. מיטן טאטן, מיטן טאטן -- יאַ. אים זײַנען מער צום הארצן דעם טאטנס געדאנקען, װי דער מאמעס געפילן. ער קאַן שוין פארישטיין זײַן אייגענע מאמע.

אוויגדער באנעמט, װאָס זײַן מיזיניק לעבט איבער. אין דער גימנאזיע קוקט מען אף אים קרום, דער בוכשטאב , זש" לאָזט זיך פילן בא די שילער צװישן די ציין, מע טיילט אים אויס, בענציענען, ער זאָל זײַן אליין, אָן כאוויירים. און דעם נאָמען דרייפוס כאזערט מען איבער צענדליקער מאָל. שוין געווען א פאל, װען צו אים האָט מען זיך געווענדט:

-- גאָספּאָדין דרייפוס...

און אוויגדער שטעלט זיך גוט פאָר, װי שווער זײַן ייִנגל לעבט עס איבער. דעם טאטן דערציילט ער.

בא די עלטערע קינדער איז אלץ געגאנגען גלאט. געוואקסן, געלערנט, קיין באזונ- דערקײַטן האָבן זיי ניט ארויסגעוויזן. זי איז אלץ געװען פארשטענדלעך, און זיי אליין זײַנען געווען פארשטענדלעך פאר אנדערע. און אויב עס פלעגן אופקומען סוידעס, איבער- לעבונגען, פארלאנגען, זײַנען זי געגאנגען צו דער מאמען, זי זאָל זאָגן און באשיידן. בענציַען קומט צום טאטן. די מאמע איז טאקע א גוטע, נאָר וויל אלץ פארגלעטן, אויס- לייגן צום בעסערן. דער טאטע װיל די אויגן ניט פארמאכן, ער זעט דעם עמעס און זאָגט דעם עמעס. די מאמע זעט נאָר די צאָרע, דער טאטע זעט אויך די סיבע. אָט טאקע דער- פאר קומט בענציען אויסהערן דעם טאטן.

-- פארשטייסט, מײַן זון, איך װויל דיך ניט בארויקן, געבן זיסע פּיליולן. מיר לעבן אין א שווערער צײַט. דארפסט פארגעדענקען, מײַן קינד, אז װאָס שווערער די צײַט איז, אלץ מער קויכעס דארף מען האָבן אף דורכצולעבן זי. אין גימנאזיע קוקט מען אף דיר שלעכט...

-- פאַטער, אָבער איך קוק ניט אף זיי, איך קוק איצט נאָר אף זיך אליין,

-- דאָס איז גוט. מע דארף קאָנען אויסהאלטן. -- און דערבײַ טראכט דער פאַ- טער: ,גוט" צי ניט גוט"? גוט איז, װאָס ער קען בלײַבן אליין און זיך האלטן ניט גוט איז, װאָס א קינד דארף עס איבערלעבן, איבערטראָגן, זײַן איינער צװישן א סאך.

בענציען לעבט טאקע שווער איבער די אוולע, װאָס מע באגייט מיט אים. נאָך מער וי זײַן טאטן, פארטרויט ער עס זײַן כאווער באָריס: פארװאָס באטראכט מען אים פאר א פרעמדן? פארװאָס דארף ער טראָגן די שולד פאר דרייפוסן? פון זיך אליין און מיט

97

דער הילף פון זײַן כאווער קומט אָן דער ענטפער: ער לײַדט איצט דערפאר, װײַל זײ ביידע, ער און דרייפוס, זײַנען ייִדן. און ער נעמט אפילע איצט פארשטין, אז פריִער האָט ער זיך ‏ אויסגעקויפט" מיט דעם, װאָס ער האָט אָפּגעלאכט פון ייִדן. דערפאר איז עֶר געווען אן אויסנאם. איצט איז ער שוין א ייִד, וי אלע. אָבער װי קומט צו אים פּאריזש?

דער טאטע וויל אים פארלײַכטערן, זאָגט ער:

-- קינד מײַנס, צײַטן בײַטן זיך. דאָס אלץ װעט דורכגיין שוין אליין צוליב דעם, װאָס איין צאָרע שטופּט ארויס די צוייטע. היט דײַנע קיכעס, שאנעװע די נערװף א שווערע צײַט..

דער כאווער, װאָס ווייסט אלץ פון זײַן זיידן, דערציילט אים:

-- ווייסט, װאָס מײַן זיידע זאָגט: ייִדן זאָלן ניט האָבן קיין צאָרעס, װאָלטן זיי קיין פאָלק ניט געווען.

און ס'איז גאנץ פארשטענדלעך, אז בענציען זאָל װעלן װויסן, װער איז זײַן כאווערס זיידע, װאָס ווייסט אלץ. װוער איז ער?

דעם כאווערס זיידע, יעכעזקל גאָטהעלף, איז א בוכהאלטער אין א מיל. זײַן בוכהאל- טעריע פירט ער אין העברעיש און ייָדישׁ. האכנאָסע, הױצאָע. אזויפיל זעק קעמאך, אזויפיל קאָרן, אזויפיל כיטים.

דער זיידע איז א מענטש א גוטמוטיקער, פאר אים איז אלציינס א מיסנאגיד צִי א כאָסיד. אים אינטערעסירן וועלטלעכע פראגן, און באזונדערס, כאָכמאס-האטעווע. קיין איבעריק פרומער איז ער ניט, אָבער װאָס צו גאָט -- איז צו גאָט. קיין באלכויוו וויל ער אים ניט בלײַבן, ער האָט ליב דעם אויסערלעכן ריטואל פון ייִדישע יאָמטיװים. ער האָט ניט אזוי ליב דעם יאָמטעו, װי די יאָמטעװדיקײַט. פּייסעך, לעמאָשל, איז ער פארנומען מיטן צוגרייטן און אויסשטעלן דעם טיש צום סיידער מיט אלע פּינקטלעכקײַטן. אף א טעלער דארפן ליגן דרײַ מאצעס איבערגעדעקט מיט א טישטעכל. פון רעכטס די זרויע, פון לינקס די בייצע, מאָרער -- אינמיטן. פון רעכטס כארויסעס, פון לינקס קארפּאס. עס טרעפט, אז א שאָכן קומט ארײַן פרעגן, װי מע שטעלט אויס דעם טיש, איז יעכעזקל אפן זיבעטן הימל.

יעכעזקל גאָטהעלף איז באהאוונט אין דער ייִדישער געשיכטע, געלייענט גרעצן אין העברעיִש און רוסיש. אים איז ניט פרעמד דער טאלמוד, ווייסט א סאך ייִדישע מײַסעס. ניין, קיין פרומער איז ער ניט. װי שוין געזאָגט, איז ער ניט קיין כאָסיד און ניט קין מיסנאגיד, נאָר טראָגט טיף אין הארצן דעם אומרו פארן ייִַדישן גוירל. בענציענען איז יעכעזקל געפעלן געװאָרן. דעם כאווערס זיידע רעדט ניט שלעכט רוסיש, איז אָנגעטאָן הײַנטמאָדיש, טראָגט ניט קיין גרויסע אונטערגעשאָרענע באָרד. אים איז געפעלן, װאָס דער זיידע איז רויק, רעדט געלאסן, ווייסט, װאָס ער רעדט.

-- קינדער, פון װאָס באשטייט א מיל? פון װאָס? -- און ער ענטפערט אליין. -- פון מעל און פון מײַז. װער פאר וװועמען האָט אָבער מוירע -- דער מילנער פאר די מײַז, צי די מײַז פארן מילנער?

ייק,-די, מץ!

-- ניין, דער מילנער.

-- און אונדז האָט געדאכט..

-- אויסערלעך, פון אויבנוף דאכט זיך טאקע... פאראן, קינדער, אפילע אזא װערטל: ,שטענדיק דאכט זיך, אז בא יענעם לאכט זיך, עפנט די טיר -- פּונקט װי בא מיר".

-- אינטערעסאנט, -- האָט זיך אָפּגערופן בענציען. אים געפעלט איצט אלץ, װאָס קאָן ארויסרופן סימפּאטיע צו ייִדן. -- פארװאָס דער מילנער?

-- עסן ווילן דאָך אלע. און באזונדערס -- מײַז. גיט מען זיי ניט מיט גוטן, נעמען זיי מיט בייזן. זי באפאלן די זעק מיט מעל, בײַסן, רײַסן, גראבלען, שעדיקן, טוען אָן א גרויסן שאָדן. האָט דער מילנער פאר זיי מוירע, שיט ער זיי אויס אפן דיל מעל, זײ / זאָלן עסן און זאט זײַן. איז די מויז זאט -- װוערט איר דאָס מעל ביטער, און גייט צו"יק אין איר רו ארײַן.

98

דער זיידע פארענדיקט: = ניט אלץן װאָס פון אויבן, דארף מען גלויבן. און בענציען זאָגט אים גלײַך נאָך: דעם בילבל אף דרייפוסן.

:

אין שטוב בא זײַן כאווערס זיידע האָט בענציִען דערפילט די זעלבע הײימישקײַט, װאָס דערמאָנט אים אָן דער הײימישקײַט בא דער מומע מאשע, װען דער פעטער עזרע איז נאָך געװוען אינדערהיים און ווען ער האָט זיך געכאװערט מיט סימכען. די לעצטע צײַט האָט זיך אין בענציענס באנעמען עפּעס געענדערט. ער גלייבט איצט דער מאמען, אז סימכעס טאטע איז ניט שולדיק, אומזיסט געליטן. סאיז דאָס זעלבע, װי מיט דרייפוסן -- א יבילבל. פאר אים איז איצט אנדערש קלאָר געװאַר'ן דער מאמעס רייד ועגן דעם, אז די מומע מאשע האָרעװעט פון אינדערפרי ביז באנאכט -- מאכט פּאפּיראָסן, -- קעדיי פארדינען ברויט פאר די קינדער. ס'איז, עמעס, דער זעלבער טאבעק און די זעלבע הילזן, װאָס פריִער, די זעלבע הענט, נאָר הײַנט זעט עס אלץ אויס אנדערש -- הענט פון א מאמען, װאָס זאָרגט פאר אירע קינדער. פון סימכען שמעקט מיט טאבעק, װײַל ער העלפט דער מאמען. דערצו טראכט ער: און װוען ער אליין איז אף סימכעס אָרט, װאָלט ער דען ניט געהאָלפן?

סאיז צום אָרט דאָ צו זאָגן װעגן בענציענען מיט די װערטער פון דעם דיכטער לייזער װאָלף: ער איז נאָך א קינד, א קינד מיט עלטערע געדאנקען. די צײַט איז אזא, זי מאכט קינדער עלטער. און אויך דערפאר קומט ער צום טאטן דערציילן און פרעגן. אָבער ווען ער דערמאָנט זיך װעגן מאשען און סימכען, װעגן דעם פעטער עזרע, ציט אים מער צו דער מאמען. ער ויל זי פרעגן, װאָס זיי מאכן, נאָר פרעגט ניט, ער שעמט זיך. זי וועגן אים דערמאָנען זיך דאָך ניט.

ער האָט א טאָעס.

סימכע און בענציען האָבן איינער פון דעם אנדערן ניט געװאָלט וויסן, אָבער געװוסט. עס גייט בא זיי צוזאמען: דאָס ניט װעלן וויסן מיטן וועלן וויסן.

אין שטוב בא סימכען, באם גרויסן טיש, װאָס שטייט אינמיטן צימער, װוּ עזרע פלעגט פּייסעך פרעגן די פיר קאשעס באם זיידן, זיצן איצט מאשע מיט עזרען און מאכן פּאפי- ראָסן. עס שמעקט מיט טאבעק איבער דער גאנצער דירע. מאן און װײַב האָבן אף זֵייער לעבן זיך אזויפיל ניט אָנגערעדט, װי באם טיש מיט טאבעק, און ניט ארויסגעוויזן אזויפיל ליבשאפט איינער צום אנדערן, װי באם מאכן פּאפּיראָסן. אין דער גאנצער ועלט זײַנען איצט פאראן נאָר זיי ביידע און זייערע קינדער. מער דארפן זי איצט גאָרניט, מער ווילן זי איצט גאָרניט.

נאָכן אומקערן זיך פון סיביר, האָט קיינער ניט געװאָלט נעמען עזרען אף ארבעט. מאכט ער צוזאמען מיט מאשען פּאפּיראָסן. סימכע איז פון דער דאָזיקער ארבעט באפרײַט, ער לערנט אין דער ייִדישער קאזיאַנער שול. ער לערנט זיך גוט, ער װיל פארשאפן דעם טאטן מיט דער מאמען פארגעניגן. ער איז אויסגעהונגערט נאָר א פריילעכער מאמען און א גוטן טאטן. אויך אף סימכען האָט די מײַסע מיט דרייפוסן געמאכט א גרויסן רוישעם, אויך ער האָט איבערגעלעבט, אָבער אנדערש... צאָרעס און בילבולים זײַנען פאר אים קיין נײַס ניט. ער איז נאָך פריער עלטער געװאָרן פון זײַנע יאָרן. ער ווייסט דען ניט, אז סאיז שלעכט. אָבער, ריבוינעשעלוילעם, ווען איז גוט געװען? אין שול איז אים לײַכטער, קיינער קוקט אף אים ניט קרום, קיינער דערמאָנט ניט דעם נאָמען דרייפוס. סײַ די לערער און סײַ די שילער פילן גוט אף זיך די לאסט פון שװײַגן, װאָס איז מער פון ריידן און שווערער פון ריידן, און דעמלט קומט אוף בא סימכען די פראגע: און בא בענציענען אין גימנאזיע? שווער, געוויס שווער.

זי װין ניט וויסן איינער פון צװוייטן, נאָר זיי ציט איינער צום אנדערן. קאָן זײַן, אז דאָס שטאמט פון פארדראָס, אפילע פון פײַנטשאפט, אָבער דער פארדראָס און די פײַנשאפט פארייניקט זיי, בינדט זיי צונויף.

סימכען איז לײַכטער מיט דעם, װאָס ער קאַן פארגרינגערן זײַן געמיט מיט פאנטא- זירן, מיט אריבערטראָגן די װירקלעכקײַט אין געדאכטעניש, אויסטראכטעניש, אין בילדער, וועלכע ער כאָלעמט אויס. ער אנטלויפט פון א צאָרע, װוען ער וויל בא איר ניט בלײַבן.

99

אף זײַן געלעגער, {פארן שלאָף, מאָלט ער אויס בילדער און געשעענישן לויט זײַן פאר- לאנג. אָט דעמלט זעט סימכע אויך בענציענען. ער באטראכט אים פון דער זײַט, בענציען זאָל אים ניט באמערקן. ער שעמט זיך.

זינט עזרע איז געקומען צוריק אהיים, איז נאָך ראָזע טאקע קיין איין מאָל ניט געווען בא די מאזאָװוערס. פריִער װאָלט זי זיך אזוינס ניט געקענט פאָרשטעלן, די ערשטע װאָלט זי געקומען צו לויפן באגריסן עזרען און קושן מאשען. איר איז איצט ביכלאל געװאָרן שװוער אויסצופילן אירע פארלאנגען, וועלכע קומען לאנגזאם און גייען גיך אװועק, עס בלײַבט גאַרניט איבער. די גאנצע צײַט אָבער שטייט איר עזרע פאר די אױגן. עמעס, ער ענדערט זיך אָפט, אלע מאָל אנדערש. זי זעט א יונגן און פעסטן, װי אין זייער ערשטער באגעגעניש, אָט קומט ער אוף, װי אף דער זעונג אין טורמע, א פארוואקסענער, מיט אומעטיק-טרויעריקע אויגן, און אָט גאָר... האלטן זיי זיך פאר די הענט און גײען אין טיפן שניי. װי זעט ער איצט אויס? זי קאָן זיך עס ניט פאַרשטעלן. איינס װײיסט ראָזע: צוזאמען מיט מאשען זיצט עזרע באם טיש און מאכט פּאפּיראָסן. איר פארדריסט עס. סאיז איר מאמעש ניט גוט. זי מוז עס זען מיט די אייגענע אויגן.

עזרעס קומען צוריק אהיים האָט מען אין א סאך הײַזער פון דער שטאָט אופגענומען

מיט מיטגעפיל. אפילע די, װאָס האָבן אים פריַער געזידלט, זאָגן איצט: א מענטש האָט געליטן, ניט אלע װאָלטן עס געקענט אויסהאלטן. און פאראן אויך אזוינע, װאָס פרייען זיך מיט עזרעס אומקערן זיך אהיים צו װײַב און קינדער. אייניקע קומען אפילע מיט מאטאָנעס.

עזרע מיט מאשען ווארטן אף ראָזען. סימכע ווארט אויך, צי דען װעט די מומע ראָזע ניט קומען? ראָזע קומט ניט.

6

ניט פּערעץ מיט פּערעלען, ניט טעווקע מיט אניעטשקען זײַנען געווען פון די ערשטע געסט בא די מאזאַָווערס. זיי ווילן קיין כשאד ניט ארויסרופן, מעגלעך, מע גיט אכטונג אף עזרעס שטוב. דער ערשטער איז געקומען אוורעמעלע, ער רופט בא קיינעם קיין כשאד ניט ארויס. עזרע און מאשע זײַנען געווען צופרידן. ער איז בא די מאזאָװערס געזעסן ניט לאנג, נאָר דערבײַ פארדינט א מיצוע, געמאכט די בראָכע ,מאטיר אסורים'. ער האָט שוין אויך געמוזט איין װאָרט כאָטש זאָגן װעגן קוסיִעל ציפּער. אוורעמעלע, װאָס באמיט זיך זײַן צו אלעמען גוט און יוישערדיק, מײַדט איצט אויס איין מענטשן -- קוסיִעלן.

-- מיטאמאָל האָט ער אָפּגענארט דרײַען. דרײַען, איר פארשטייט... זיך אליין, מיך און דעריקער אָפּגענארט גאָט, דעם אלמעכטיקן. אױסגעשפּילט האָט איין מענטש -- ציפּ- קע, זי דארף א מאן. אָבער קוסיִעל?

אין קוסיעלן האָט ער געגלייבט. קוסיעל איז געװען אויך זײַן, אוורעמעלעס, פאָר- שטייער פאר גאָט. זײַן האָפענונג און גלויבן איז געגאנגען צום הימל דורך קוסיִעלס געבעט. א שטאָט האָט זיך אף אים פארלאָזט. און װאָס האָט זיך אױסגעלאָזט? אנטלאָפן פון גאָט, מיִעס אנטלאָפן. אָפּגענארט א גאנצע קעהילע. אוורעמעלע איז שטארק אומצו- פרידן.

קוסיעל פארשטייט עס. ער מעג זאָגן, אז ער איז שוין געװען בא גאָט אין הימל, און איצט האָט ער פארלאָרן סײַ די-װעלט, סײַ יענע-װעלט. ער איז דען אליין מיט זײַן גוטן ווילן פון גאָט אװעק? און ביז איצט קומט פאָר אין אים דער שטרײַט צװישן גאָטס פּאַרעש און ציפּעס מאן. ער קען זיך אָבער מיט גאָרניט העלפן. דער מאן איז שטארקער פון דעם פּאָרעש, ציפּע איז שטארקער פון גאָט. און ער װענדעט זיך צום אייבערשטן וי צו אן אלטן באקאנטן:

-- פאָטער אין הימל, דו ווייסט דאָך, אז א גוטנפרײַנט באקומט מען אומזיסט, א סוינע דארף מען זיך קויפן, איך האָב דען זיך געװאָלט אײַנקויפן אוורעמעלען פאר א סוינע? פארגיב, איך בין זינדיק.

אין אלע הײַזער דערמאַנט מען דרייפוסן, אלע בעטן פאר אים, דער אייבערשטער זאָל אופדעקן דעם עמעס און אים באפרײַען. אין א פראָסטיקן פרײַטיק אינאָװנט נאָך דער וועטשערע האָט אין ווארעמען גרויסן בעסמעדרעש דער מאגיד געזאָגט א דראַשעו

00

אז דער אלמעכטיקער שטראָפט, װײַל ייִדן זינדיקן. און כאָטש דער מאגיד האָט קוסיעלס נאָמען ניט דערמאָנט, האָבן מענטשן פארשטאנען, אז אויך צוליב קוסיעלן שטראָפט גאָט.

אנדערש באנעמט מען קוסיַעלס לאגע בא יעכעזקל גאָטהעלף אין שטוב. באזונדערס פארשטייען אנדערש די באציונג צװישן ציפּען און קוסיעלן יעכעזקלס בידע יַנגערע טעכטער.

ניט נאָר די מענטשן אליין, נאָר אויך די דירע בא יעכעזקלען איז אנדערש, װי בא די שכיינים. קיין רײַכקײַט איז אין שטוב ניט פאראן, מע לעבט באשיידן, יעכעזקל און די טעכטער טוען אלץ, אז די שטוב זאָל האָבן א פריילעכן אויסזען. דאָס אלטע מעבל ווערט אזוי פארפּוצט, אז די אלטקײַט זעט זיך ניט אָן. אין גרויסן צימער זײַנען די ווענט און דער סופיט בלענדיק װײַס. די לאנגע גארדינען אף די פענצטער זײַנען פארשײידנקאַ- ליריק. די װענט װוערן באפּוצט מיט בילדער, װאָס די טעכטער אליין מאָלן. דעריקער מאָלן זי בלומען און פארשיידענע פאנטאזיעס. מאָלן מענטשן גיט זיך זיי ניט אײַן. מענטשן ,בײַסן" זיך. זיי האָבן געפּרוווט אויסמאָלן זייער שטוביקע קאץ, א געלע מיט װײַסע לאפּ- קעס, האָט זיך באקומען גאָרניט ענלעך אף זייער קיס-קיס, נאָר ביכלאל א קאץ.

ביידע מיידלעך שטייען אין שידוכים. אינגיכן קענען זיי וערן קאלעס.

יעכעזקלס װײַב סימע די שיינע (געווען אמאָל א שײנהײַט) האָט אין אלץ איר אייגע- נע מיינונג. איר שארפער מויעך ברענגט ארויס א געדאנק מאטעמאטיש-פּינקטלעך. זי איז שטענדיק פּראקטיש, זאכלעך, זי ווייסט גוט, װאָס זי װיל. וען זי איז געװען א ינג מיידל האָט מען זיך געװונדערט, װי בא איר גייט געפּאָרט שײנקײַט און אויסגערעכנטע טרוקנקײַט, אָן א פּיצעלע ראָמאנטיק, אָן שטיפערישער פארשײַטקײַט. נאָך דעמלט האָט מען געזאָגט: א ראָװו קאָן זי זײַן, א רעבעצן -- ניין. יעכעזקל נעמט אמאָל אָן אירע א ניכטערע אייצע. די מיידלעך -- קיינמאָל ניט. זיי קענען ניט אופנעמען א הוילן געדאנק, װאָס האָט ניט קיין הארץ.

-- מאמע, דו ביסט ניט גערעכט, װײַל דו ביסט צופיל גערעכט. דו באשולדיקסט אין אלץ קוסיעלן...

-- ציפּע איז גערעכט!

-- דו שנײַדסט אָפּ מיט א מעסער ,ציפּע איז גערעכט". און קוסיַעל איז קיין מענטש ניט? דער עמעסער ראכמאָנעס איז אף אים. אזויפיל געליטן..

-- ראכמאָנעס איז קיין מאָטיוו ניט.

און די מיידלעך ענטפערן דער מאמען, אז איר עמעס איז ערגער פון א ליגן. אן עמעס, װאָס לעבט ניט, װאָס האָט קיין געפיל ניט, װאָס פּענטעט הענט און פיס. די מיידלעך זײַנען יונגע און האָבן ליב א שיין װאָרט.

יעכעזקל מישט זיך ניט. הײַנט איז שאבעס. ער איז אָנגעטאָן אין א שלאָפראָק, איבער- געבונדן מיט א שנור און צװיי קוטאסן. אין די אמפּערײַען צװישן דער מאמען מיט די טעכטער זוכט ער שטענדיק אויס דעם גאָלדענעם מיטן. און סײַ די פרוי, סײַ די טעכטער זײַנען פון דעם אומצופרידן.

די שטוב בא יעכעזקלען איז א ייִדישע, װײַל דאָרט ווינען ייִַדן. די מוטער און די טעכטער זײַנען קאלט צום ייִדישן לעבן און ייִדישע פראגן. די מוטער זעט אין דעם ניט קיין פּראקטישע נױטװענדיקײַט. די טעכטער ווילן ניט פארבלײַבן אין די ענגע ייִדישע דאלעדאמעס. זיי האָבן ליב פּושקינען און גאָגאָלן, לייענען טאָלסטאָיען און דאָסטאַיעװ- סקען, זיי פילן זיך אין דער ברייטער װעלט, דורך זייערע פענצטער קאָן מען זען די ייִדישע גאס, און זיי ווילן זײַן און זען פּעטערבורג און מאָסקװע.

יעכעזקל גאָטהעלף, װאָס איז קנאפּ רעליגיַעז און ניט נאָענט מיט גאָט, איז אָבער ייִדיש-נאציאָנאל. אים רירן אָן פארשיידענע זײַטן פון ייִדישן לעבן. פאר לײַטן איז ער א מענטש, וװועמען מע אכט און מע גלייבט, באקאנטע קומען צו אים פרעגן אן איצע, פארטײַטשן א פּאָסעק אָדער קלאָר מאכן א דאטע אין דער ייִדישער געשיכטע. בא זיך אָבער אין שטוב איז יעכעזקל װינציקער אװטאָריטעט. די טעכטער האלטן אים פאר צופיל ייָד. זיי לאכן אפילע:

-- פאָטער, װוּ נאָר א גרויסער מענטש מאכסטו אים פאר א ייִדן..

אָבער עס מאכט זיך, אז גאנץ ערנסטע מענטשן, שכיינים אָדער באקאנטע, קומען צום טאטן אין געסט. די מאמע שטעלט דעם סאמאָוואר, ארום טיש איז געמיטלעך און פריילעך. אין אזוינע שאָען איז יעכעזקל דער אװטאָריטעט בא זײַנע אייגענע. מענטשן הערן זיך אײַן צו זײַנע רייד, דאנקען אים. אף מאָרגן פארגעסן עס די טעכטער, אף מאָרגן זײַנען זיי אומצופרידן: ניט געװען אין די נעכטיקע געשפּרעכן קיין פארנעם, מע רעדט

1

אלץ וועגן זאכן היימישע, פארשטענדלעכע, באװווסטע. און די טעכטער וילט זיך הערן אזוינס, װאָס זיי האָבן געהערט פון דעם מאָסקװער סטודענט, וועלכער איז געקומען אף זימער אהיים צו די עלטערן -- געדאנקען מיט א ברייטן פארנעם, מיט זאָרג פאר דער וועלט, מיט אומרו פאר דער מענטשהײַט. די מיידלעך מאָלן דעמלט בילדער מיט פאנטא- זיעס. זיי לייגן ארײַן מי, פארבן, געדאנקען. זיי אליין זעען און פארשטייען די בילדער, א מענטש פון דער זײַט באנעמט ניט און פארשטייט ניט.

די מאמע רופט אַן די בילדער -- מיידלשע געדאנקען ערעוו דער כאסענע.

-- דעם דאָקטערס גימנאזיסט איז געקומען. -- אזוי גיט איינע פון די טעכטער צו וויסן דעם טאטן,

דאָקטער... גימנאזיסט... דער קויעך פון אזוינע וװוערטער איז אין דער שטאָט זייער גרויס. ביפראט, אז אין דעם פאל קומען זיך צונויף ביידע גרויסן. דער טאטע איז דער באװוּסטער דאָקטער אוויגדער קאדיש, דער זון איז זײַן געליבטער מיזיניק, דער גימנא- זיסט בענציען. און כאָטש בענציען איז דאָך נאָך א ייִנגל, נעמט מען אים אוף מיט קאַװעד. די מיידלעך, װאָס זײַנען עלטער פון אים און קאָנען טאקע אינגיכן ווערן קאלעס, שמועסן מיט אים, וי מיט א גלײַכן,

ס'איז נאָך אלץ דער זעלבער פראָסטיקער ווינטער. דער צווייטער האלבער טאָג פון שאבעס, וװוען בענציִען איז שוין פרײַ פון לערנען, מאָרגן איז זונטיק -- לערנט מען ביכלאל ניט. אין א פרײַער שאָ איז ער געקומען צו יעכעזקל גאָטהעלף הערן טשיקאווע מײַסעס, געשעענישן פון דער ייִדישער געשיכטע. בענציִען פילט, אז ער דארף פארפעסטיקן, פאר- שטארקן אין זיך זײַן אָנגעהעריקײַט צו ייִדן, ער זאָל ניט דארפן צוייפלען. ער זוכט שײנקײַט, העלדישקײַט... און ער איז צופרידן, מאמעש גליקלעך, װען אים גיט זיך אײַן אליין זיך צו דערװײַזן, אז ייִדן זײַנען א פאָלק, װי אלע פעלקער, און ער האָט זיך ניט מיט װאָס צו שעמען. נאָך דעם, װי יעכעזקל פארענדיקט דערציילן, טרעטן ארויס די מיידלעך, זיי האָבן אן אנדער מיינונג.

-- לעגענדעס, שיינע מײַסעס.. װער איז דערבײַ געװוען? און ווען איז עס געװען? זאָגט נאָר, בענציִען, אײַך אינטערעסירן נאָר ייִדן? מער קיין מענטשן זײַנען אף דער װעלט ניט פאראן? מיר טיילן זיך אליין אויס, מיר שאפן זיך אליין א ,טשערטא אָסעדלאָסטי, און די מענטשהײַט? און די וװועלט? מע לאכט דאָך פון אונדז.

בענציִען װוייסט ניט װאָס צו ענטפערן. עס דערמאָנט אים זײַנע אייגענע פאראיאָרי- קע געדאנקען. צי זײַנען די מיידלעך אומגערעכט? צי איז דער טאטע זיערער גערעכט? ער האָט װעגן װאָס צו טראכטן.

-- און דרייפוס? -- זאָגן װוידער די מיידלעך. -- וויפל בילבולים מאכט מען אף אנדערע?

דאָ דערפילט בענציען, אז די מיידלעך זײַנען ניט גערעכט. ער ווייסט שוין, אז דאָס איז א בילבל אף איינעם, און לײַדן װעט א גאנץ פאָלק.

ווען צו די מיידלעך קומען זייערע כאװוערטעס, די שװעסטער לאפּשין, דעמלט זײַנען זיי אלע פרײַ אויסצודריקן זייער אומצופרידנקײַט מיט זייערע עלטערן, װעלכע טראכטן גאָרניט װעגן דער מענטשהײַט און װועגן דער װעלט. דער באלעבאָס פון דעם װײַן-געשעפט לאפּשין האָט געבילדעטע טעכטער, װער עס האָט געלערנט אין גימנאזיע, װער אין פּראַ- גימנאזיע. זײַנען זי אומצופרידן מיטן איצטיקן לעבן אף דער װעלט, באזונדערס איז אומ- צופרידן די שווארצע און שטאלטנע ביילע.

7

בענציִען װיל ,, פארפעסטיקן, פארשטארקן..." סימכע דארף עס ניט. ער איז אזא, װי ער איז, װי ער וויל, װי ער דארף. ער האָט זיך ניט גענייטיקט אין קיינע באװײַזן, אז דרייפוס איז ניט שולדיק, אז דאָ שטעקט א בילבל. צו אים איז עס געקומען פון זיך אליין, פון דער טיפעניש, װאָס גייט פון דוירעס. פון טאטע-מאמע האָט ער געהערט, אז ראַזע קאדיש קלײַבט זיך צו זיי אין געסט. ווילט זיך אים װיסן: צי װעט מיט דער מאמען אויך קומען בענציִען? דעם עמעס זאָגן, װיל ער אים זען. פארשטייט זיך, אז נאָר פונדערװײַטן, ניט ריידן, ניט פרעגן, אפילע זיך ניט אָנקוקן. עס ווילט זיך פּאַשעט וויסן: ער איז נאָך בא זיך אזוי גרויס, פאריסן, קוקט ניט אף קיין מענטשן?

5 62

ראָזע קלײַבט זיך טאקע צו די מאזאָווערס. זי צווייפלט שטארק, צי בענציִען װעט אויך װעלן מיטגיין. און בענציען פארשטייט ניט, פארװאָס רופט אים ניט די מאמע צו דער מומע מאשע. ער וויל זען דעם פעטער עזרע, ער װעט שין אויך זען סימכען. פארשטייט זיך, אז נאָר פונדערװײַטן, ניט ריידן, ניט פרעגן... ער װויל נאָר וויסן, צי איז נאָך סימכע אף אים אזוי אָנגעשטױסן, װי א סוינע, קוקט ניט אין זײַן זײַט,

אינדערעמעסן, כאָטש ביידע זײַנען עלטער פון זייערע יאָרן, זײַנען זיי דאָך סאָפקאָל- סאָף נאָך קינדער, ייִנגלעך. זיי זײַנען גאָרניט אזוי שטארק פארהארטעוועט אין שלעכטע געפילן, בײיזקײַט, נעקאָמע. מע זאָל זיי אונטערווארעמען מיט א גוט װאָרט, מיט א שמייכל, צעגייט זייער פארדראָס. זיי װעלן אליין נעמען שמייכלען, פארגעסן, פונוואנען שטאמט זייער בארויגעז.

-- מאמע, דו קלײַבסט זיך צו די מאזאָוװוערס?

-- יאָ, מײַן קינד. צום פעטער עזרע.

-- מאמע, -- האָט בענציען געזאָגט מיט א טײַנע, -- פארװאָס רופסטו מיך ניט? איך יל אים זען. געקומען פונװײַטן, געליטן צוליב א בילבל,

ראָזע איז צופרידן.

-- אוואדע, אוואדע... קום, מײַן קינד, קום.

בא די מאזאָווערס אין שטוב שײַנט ארײַן די ווינטערדיקע שטײַפע זון און באלײַכט דעם טיש, װאָס איז פול מיט געלן טאבעק און װײַסע הילזן. אויך די גלעזערנע טירלעך פון דער שאפע זײַנען באלויכטן און עס זעען זיך ארויס די שפּיצן פון דעם גלאנציקן פּאפּיר אף די פּאָליצעס. נעכטן, שאבעס, האָבן עזרע מיט מאשען געווארט אף ראָזען. דער טיש איז געווען א שאבעסדיקער, מיט א ראָזיװײַסן סערוועט. ראָזע איז ניט געקומען. הײַנט זיצן ביידע באם װאָכעדיקן טיש און מאכן פּאפּיראָסן. זי ווארטן אף קיינעם ניט. און ס'איז זיי בעסער און רויִקער, ווען זיי זײַנען אליין,

-- דו װעסט זען, עזרע, זי װעט קומען הײַנט.. -- מאשע האָט ניט באוויזן ענדיקן די פראזע, זײַנען אָנגעקומען ראָזע מיט בענציענען. -- מע זאָל דערמאָנען מאַשיִעכן.

די באגעגעניש איז געװען א שטילע און א לאנגזאמע. פריַער האָט מען זיך גוט אָנגעקוקט, דערנאָך האָט זיך ראָזע געקושט מיט מאשען און האָט אויך עזרען א קוש געטאָן אין באק. דעמלט האָט מען זיך אויסגעזעצט ארום טיש. דעם טאבעק און די הילזן האָט מען אראָפּגענומען, געלייגט דעם שאבעסדיקן סערװועט און ביסלעכװײַז האָט זיך אָנגע- הויבן דער געשפּרעך צװישן זיך, ראָזע -- א פולע, א ברייטע, א שווערע, מאשע -- נאָך אלץ א שטאלטנע, מיט א מיד-בלאסן פּאָנעם, אָבער װוידער מיט פריילעכע אויגן. ווינצי- קער! פאוי אלעמען האָט זיך געענדערט עזרע. די האָר נאָר זײַנען געװאָרן א ביסל שיטערער.

די ערשטע רעגע באם ארײַנקומען אין שטוב האָט ראָזע טייקעף דערזען, װי עזרע זיצט באם טיש אין אן אלט העמדל, אין היימישע אָפּגעטראָגענע מעשטעס און שטופּט מיט א שטעקעלע טאבעק אין א הילזע. סאיז איר פון דעם מאמעש קאלט געװאָרן. (זי איז דאָך בעקיוון געקומען זונטיק, װײַל שאבעס ארבעטן זיי ניט), איר איז שװוער צו באנעמען: עזרע, װאָס קאָן ריזיקירן און איז ניט ענלעך אף אנדערע, עזרע, װאָס איז געקומען פון סיביר, טוט א װײַבערשע ארבעט -- מאכט פּאפּיראָסן. עמעס, ער האָט קיין בריירע ניט. אָבער איר איז אזוינס שטארק ניט צום הארצן,

באם טיש זיצט אויך בענציִען, ער הערט און שװײַגט. ער ווארט, אז אָט-אָט װעט זיך סימכע באװײַזן. פרעגן װעט ער גאָרניט, זאָל גאָט אויסהיטן. און סימכע, װאָס ויל אויך גאָרניט פרעגן, קוקט ארויס פון א זײַטיקער טיר צום טיש, ער זעט בענציִענען. פאר אים איז עס גענוג. עמעס, װוען עמעצער פון די היימישע זאָל א רוף טאָן: ,סימכע, בענציען איז געקומען!", װאָלט ער ארויס צום טיש. קיינער רופט ניט.

אין פראָסטיקן אָװנט מיט פארשנייטע גאסן און פארקילטע פענצטער גייט די מאמע מיט איר זון צוריק אהיים, ביידע שװײַגן. בענצייען פארשטייט ניט, פארװאָס האָט זיך סימכע ניט באוויזן, ניט ארויס צום טיש, ער איז נאָך אלץ בארויגעז, אלץ א סױינע? און ראָזע פארשטייט ניט, פארװאָס נעמט זי זיך אזוי צום הארצן ועגן עזרען. אלץ, װאָס צוישן זי איז אמאָל געווען, איז שוין פארוואקסן און פארגעסן.

בענציען איז גיך אײַנגעשלאָפן, די מאמע אָבער ניט. שװוער צו זאָגן, צי שטאמט עס פון ראָזעס גוטסקײַט אָדער פון דערמאָנען פארגאנגענע יאָרן, צי גאָר עפשער פון דעם, װאָס צוליב דרייפוסן האָט זיך ראָזע אופגעװװועקט פון איר דרעמל-צושטאנד, זיך דערמאָנט אָן איר מיזיניק, און בענציִען פירט שוין גלײַך צו עזרען. װי דאָס זאָל ניט

03

זײַן -- איז איר צוגעקומען א זאָרג: עזרע מאכט פּאפּיראָסן! אזוי טאָר עס ניט פארבלײַבן. װאָס קאָן זי אָבער טאָן, מיט װאָס קאָן זי העלפן? בעטן דעם עלטערן ברודער, ער זאָל עזרען װוידער נעמען אף דער אלטער שטעלע, פּאסט איר ניט. װאָס פאר א שײַכעס האָט זי צו עזרען. און צי װעט עס העלפן? איצט פעלט איר די מומע לייע. אך, די מומע לייץ! זי שלאָפט ניט אײַן, ביז עס קומט אָן דער געדאנק: איר מאן, דאָקטער קאדיש, זאָל ריידן מיטן ברודער. אוויגדערן װעט דער ברודער ניט קענען אָפּזאָגן. זי שלאָפט אײַן.

8

באם לעבן האָט די מומע לייע (אָדער די מאמע לייע) זיך באװאָרנט מיט אלע נייטי- קע פּאפּירן װעגן דעם, אז דער ירעש פון איר און איר מאנס פארמעגן איז טעוויע קו- שניר. און ביז טעוויע ועט זיך אומקערן אהיים, איז די באלעבאַסטע אניעטשקע. און אניעטשקע, האָט זיך אױסגעלאָזט, האָט גוטע הענט: װאָס זי נעמט ארײַן -- לאָזט זי ניט ארויס. זי איז א בעריע, א פלינקע, א געניטע.

טעוויע קערט זיך אום אהיים, ער איז ניט אינגאנצן זיכער מיט זיך, מיד אין אומרויִק. ער קערט זיך אום אין א שטוב, װוּ די מומע לייע איז שוין ניטאָ, איר מאן איז ניטאָ, ער פאָרט גאָר אהיים צו אניעטשקען, זי איז זײַן קאלע. אים איז עס שער זיך פאַרצו- שטעלן. מע קאָן אָבער זאָגן, אז אים האָט אפילע אָפּגעגליקט. ער דארף איצט א מענטשן, װאָס זאָל אים העלפן, טרייסטן און אים פירן. און אניעטשקע פארמאָגט די שטארקע האנט, א האנט פון ליבע און פון כעזשבן. דערצו איז זי באהאוונט אין לייעס אלע געשעפטן. טעוויע קען אפילע די געשעפטן ניט באנעמען, װאָס פאר א סויכער איז עֶר? זי פירט, און ער לאָזט זיך פירן. סאיז פאָרגעקומען א שטילע כאסענע. אניעטשקע איז די גליק- לעכסטע אף דער וועלט. זי איז דאָך גאָרניט געװוען זיכער, אז טעוויע װעט װערן איר מאן. איצט זײַנען אלע אירע פארלאנגען מעקויעם געװאָרן. זי האָט אים ליב, און ער נעמט זי אויך ליב באקומען, א װײַב. זיי זײַנען אָבער אינגאנצן פארשיידענע. זי פארשטייט עס ניט. ער פארשטייט עס גוט. זי איז געבוירן אף מיסכער און בעריעשקײַט. װאָס װײַטער ווערט זי אלץ מער זיכער אין זיך, באלעבאטעוועט, קען זיך אוועקשטעלן, װי א גווירנטע, װאָס האָט רעכט צו זאָגן דייעס. טעוויע פילט איר זאָרג װעגן אים, נאָר פילט ניט דעם מענטש ארום זיך. זי איז זײַן װײַב. אין איר יעדן ווענד און קער זעט ער איר געטרײַשאפט, געטרײַשאפט פון לײַב, אָבער ניט פון געדאנק. זי װעט אף אים ניט לאָזן קיין שטויבעלע פאלן, זי װעט אים אויך ניט לאָזן אָן איר וויסן א טראָט מאכן.

ער האָט זיך א ביסל בארויקט, גענומען זיך בעסער פילן האָט אים אניעטשקע דערציילט, װאָס ער פארמאָגט און איבער װאָס ער איז באלעבאָס. אויך האָט זי צוגעגעבן וועגן דעם, אז לייעס מאן איז געוען א שוטעף אין א מיל (די זעלבע מיל, װו יעכעוזקל גאָטהעלף איז בוכהאלטער) און אז די שוטפעס איז אריבער צו אים, צו טעװויע קושניר.

יאָ, טעווקע האָט זיך בארויקט. װי פריער איז ער צײַטנװײַז א שװײַגער, אָבער שוין ניט קיין לאכער, װי פריִער. געבליבן איז דער דינער שמייכל, װאָס זאָגט ניט אלעמאָל אויס, װעגן װאָס עס שמייכלט זיך. די קליינע שווארצע באָכערישע װאַנצעלעך זײַנען געװאָרן מענעריש-געדיכט. און ער אליין, טעוויע -- א מאנצבל און א מאן. פון טאָג צו טאָג פילט ער זיך בעסער, זיכערער, ער נעמט זיר ארומקוקן, װוּ האלט ער אין דער וועלט, און אים קומט אויס װוּנדערלעך און וילד, װאָס ער איז א באלעבאָס, א גויר. אניעטשקע פרייט זיך, איז גליקלעך, און אים איז עס שווער. ער זאָגט עס ניט, אניעטשקע װעט עס סײַװי ניט פארשטיין. צו אים קערן זיך אום די יאָרן פון פאר סיביר. ער ויל זען עזרען, פּערעצן, פּערעלען... ער בענקט. ער ויל ניט זײַן קיין אנדערער, װי ער איז פריַער געװוען. אניעטשקען קומט אפילע אפן געדאנק ניט, אז טעוויע קען אזוי טראכטן. אָבער ער טראכט.

אין איינעם א מיטן װאָך האַט טעוויע גענומען אניעטשקען אונטער דער האנט און איז מיט איר אװועק צו די מאזאָװוערס. געװוען איז שוין נאָך האלבן טאָג, ווען זי זײַנען ארײַן אין צימער, װוּ עזרע מיט מאשען מאכן פּאפּיראָסן. ס'איז נאָך ליכטיק, אָבער הינטער דער ליכטיקײַט שטייט שוין, װי א שוימער, די אָנקומענדיקע טונקלקײַט, װאָס לאָזט זיך פון מינוט צו מינוט אלץ מער פילן. דער פראָסט פאלט נעענטער צו די שויבן. די ארײַן- געקומענע געסט זײַנען אומדערווארטע. אין א רעגע ארום קושן זיך די מאנצבלען. די

4--8 644

פרויען קוקן זיך אַן, באטראכטן איינע די אנדערע. מאשע -- א בלאסע, מיט מידקײַט אין די גלידער. אניעטשקע -- א פולינקע, מיט א גליקלעך פּאַנעם. זייער פארשיידענע.

פאר טעוויען און אניעטשקען איז געװוען אומגעריכט צו זען בא עזרען א טיש מיט טאבעק און פּאפּיראָסן. ס'איז געװאָרן טונקעלער, און מאשע האָט אָנגעצונדן אן אכטער לעמפּל. אף די ווענט האָבן זיך אויסגעלייגט שאָטנס, אלע שװײַגן.

-- געסט טײַערע, װאָס שטייט איר? זעצט זיך, -- האָט געבעטן מאשע.

אינדערעמעסן זײַנען איצט די געסט געװען איבעריקע, עזרע און מאשע פּאטערן אומזיסט ארבעטס-שאָען, די פארדינסטן זײַנען אזוי אויך ניט קיין גרויסע. געסט אָבער זײַנען געסט. נאָר די געסט אליין האָבן עס פארשטאנען און זיך לאנג ניט פארזאמט. טעוויע איז פון דאָרט ארויס אין א שווערער שטימונג. ער האָט גאָרניט געװוּסט, אז עזרען וויל מען אף קיין ארבעט ניט נעמען, אז ער לעבט פון מאכן פּאפּיראָסן. פאר אים איז עזרע אן עלטערער כאווער, זייער פרײַנטשאפט איז פארבונדן מיט זייער ארעסט און פיר יאָר סיביר. מיט װאָס העלפט מען אים? און אין װעג נאָך, גײענדיק אהיים, שפּרינגט אונטער א געדאנק: ער, טעװיע, איז א שוטעף אין א מיל, ער האָט מעגלעכקײַטן. א שטעלע.

אניעטשקע פארגעסט, װוּ זי האלט אין דער וועלט און פרעגט טעוויען:

-- פארװאָס זײַנען זי אזוי אָרעם?

-- פארװאָס?

-- און װאָס עפּעס פּאפּיראָסן מאכן? װאָס גיט עס?

-- אוואדע גיט עס װינציק. איך טראכט טאקע, מיט װאָס העלפט מען אים?

-- װאָס עפּעס פּלוצלינג... העלפן?

-- אוואדע! העלפן א כאווער.

אניעטשקע ענטפערט ניט.

-- װי מיינסטו? -- פרעגט ער.

אניעטשקע שװײַגט.

-- איך טראכט, עפשער א שטעלע אין מיל.

-- פארװאָס נאָר א שטעלע, גיב אים אָפּ די גאנצע מיל! -- רופט זי אויס בארויגעז.

טעוויע האָט אף איר ניט פרײַנטלעך א קוק געטאָן און געזאָגט:

-- אניע, ווילסט זיך מיט מיר קריגן? מע דארף ניט. איך וייס, װאָס איך ריד.

,אניע" און ניט ,אניעטשקע", דאָס האָט זי טייקעף דערפילט.

-- טײַערער, איך וויל זיך ניט קריגן,

,זי װעט אירס דערגרייכן מיט גוטן', -- טראכט זי. אניע קאַן ניט באנעמען, װאָס הייסט דײַנס אָפּגעבן יענעם. װי קאַן מען עס? און טעווקע, לאָזט זיך אויס, קאַן עס יאָ. אָט ביז ניט לאנג האָט זי גאָרניט פארמאָגט, איצט איז זי, קיין אײַנהאָרע, א באלעבאָסטע. זיך אליין פארגינט זי ניט צו באנוצן שיינע צירונג, טראָגן טײַערע קליידער, אָנטאָן א נײַע הוט, זי ציטערט איבער א נאָדל-פאָדעם. פאר טעוויען זשאלעװועט זי גאָרניט, אָבער פאר אנדערע, פאר פרעמדע און אפילע פאר אייגענע (פאר איר טאטע-מאמע) א פּרוטע ניט.

אינגיכן האָט טעוויע גענומען דערפילן, אז ער איז בא זײַן װײַב אין געפענקעניש, זי פירט די געשעפטן, בא איר איז דאָס געלט. זי האָט די דייע. נאָר פון זײַנס אָפּטרעטן װיל ער ניט. אניעטשקע שטויסט זיך אַן װעגן װאָס עס טראכט טעוויע. זי מוז אים פאר- לויפן דעם וועג. זי קומט ארײַן אין מיל און זאָגט: װאָס א מענטשן קאָן גאר אײַנפאלן.. עמעס, מע קען אים מויכל זײַן, פיר יאָר געווען װײַט פון אונדז. און דער עזרע איז אויך פיר יאָר ניט געווען צװישן מענטשן. זי מיינט גאַרניט אזויפיל, וויפל מע קען טײַטשן און אױסטײַטשן וועגן די , פיר יאָר".

אין איינעם א טאָג, װוען דער װינטער נעמט שוין װערן װייכער און נאָכגיביקער, איז טעוויע געקומען צום בוכהאלטער פון דער מיל, צו יעכעזקל גאַטהעלף אהיים. טעוויע איז א שוטעף, מעג ער וויסן און פרעגן, װאָס ער װיל פרעגן און וויסן. אין דער דאָזיקער שטוב, װוּ מענטשן האָבן גרעסערע האסאָגעס פון זייערע מעגלעכקײַטן, נעמט מען גערן אוף מענטשן, װאָס טיילן זיך מיט עפּעס אויס פון די ארומיקע. יעכעזקלס ביידע טעכטער האָבן טעויען באגעגנט מיט גרויס צופרידנקײַט, אפילע מיט אנציקונג. פאר זיי איז עס געווען א גרויסע מאטאָנע. ביז איצט האָבן זיי אזוינעם ניט געהערט און ניט געזען -- פארשיקט קיין סיביר, גאנצע פיר יאָר אָפּגעליטן. ביידע מיידלעך האָבן זיך טייקעף אין אים פארליבט. זײַן יעדעס װאָרט האָבן זיי אופגענומען, װי אזוינס, װאָס קומט פון יאָרן לײַדן און האָט דעריבער א באזונדערס טיפן מיין. יעכעזקלס פרוי, װאָס נעמט אלץ אוף

09

מיט טרוקענעם סייכל, האָט מיט איר שארפן מויעך געמאכט א כעזשבן: טעוויע האָט ניט נאָר פארלאָרן פיר יאָר אין סיביר, נאָר אויך פארלאָרן די פיר יאָר צום שטודירן אף דאָק- טער. זי האָט פאר אים דערעכערעץ, זי האָט אפילע אָנגעטאָן די שאבעסדיקע קליידער. און סײַ די מאמע, סײַ די טעכטער זײַנען אף זײַן זײַט, ער װויל העלפן א כאווער.

סימע און אירע טעכטער זײַנען פרײַע מענטשן און מעגן האָבן מיינונגען, וועלכע זי ווילן. יעכעזקל אָבער ארבעט בא א באלעבאָס, ער איז א בוכהאלטער ניט בא זיך, נאָר בא יענעם. טעוויע איז, עמעס, א שוטעף, נאָר באלעבאָס איז אן אנדערער. אויך בא יעכעזקלען איז טעוויע אן אָנגעלײגטער גאסט, ער האָט צו אזוינע סימפּאטיע. פריִער פאר אלץ פארפירט ער מיט אים א שמועס. און װײַל טעוויע איז אויסגעהונגערט נאָך א מענטשן, װאָס זאָל פארשטיין און באנעמען אויסער שטוביקע זאכן, האָט ער זיך גערן אָפּגערופן. און ס האָט זיך באקומען אזוי, אז איינע פון יעכעזקלס פראגן איז געווען:

-- וי איך פארשטיי, זײַט איר װײַט פון ייִדישקײַט?

-- וי א טײַך פון וואסער.

דער ענטפער איז יעכעזקלען אזוי געפעלן געװאָרן, אז ער האָט א פּאטש געטאָן מיט די הענט און געזאָגט:

-- א געזונט אף אײַך!

-- געזונט איז גוט. װי פארשטייט איר ייִדישקײַט? -- דערבײַ האָט ער זיך דערמאָנט אָן זײַן רעפּעטיטאָר, דעם סטודענט פרומקין, פאר וװעמען דאָס איז טאקע געוװען קימאט איבעריק. װי ער באנעמט איצט, טעוויע, איז עס פאר זײַן לערער געװען איבעריק ביז דער טורמע און ביז סיביר. ער וייסט דאָך פון זיך אליין, װי דאָס פארגעסענע, דאָס אָפּגעפרעמדטע, װאָס ליגט באהאלטן ערגעץ װײַט אין די ביינער, נעמט אין יענע װײַטע ערטער אופקומען, זיך רירן, וואקסן... די קינדהײַט קומט, טאטע-מאמע באװײַזן זיך, דער רעבע, די פאָן צו סימכאסטוירע, די ייִנגלשע שפּיל, דאָס זײַנען, עמעס, ניט מער, װי דערמאָנונגען, ניט מער, װי א צוגאָב צום שטילן דורכזיכטיקן אומעט און בענקעניש, ניט מער, װי צוויי װערטער מיט צוויי , בייסן" און צוויי ,ריישן", װאָס לאָזן זיך ניט פאר- געסן. טאקע אזוי. נאָר גוטע מענטשן, צי גייט עס אָבער אויך ניט ארײַן אין כעזשבן? צי איז עס ניט דאָס לעבעדיקע, װאָס באגלייט דעם מענטשן אלע יאָרן פון זײַן לעבן? און װײַטער לאָזט זיך אויס, אז טעוויעס און יעכעזקלס באנעמען געשעענישן פאלט אָפט צונויף. עמעס, עס קומט דורך פארשיידענע ועגן, פון פארשיידענע קוועלן. בא יעכעזקלען קומט עס פון ייִדישער טראדיציע, פון טאלמוד, פון ספּינאָזען.. בא טעווקען פון דעם סטודענט פרומקין, פון זײַנע כאוויירים אין טפיסע און סיביר.

יעכעזקל וויל וויסן, מיט װאָס אינטערעסירט זיך זײַן גאסט. דערנאָך זאָגט ער:

-- אזוי... איר פארשטייט, טעוויע, דער באלעבאָס איז א מענטש א גוטער, אן איידע- לער. אָבער געשעפט איז געשעפט, ער איז באלעבאָס. צוליב װאָס, אייגנטלעך, דארף ער אן איבעריקן מענטשן, זאָגט אליין...

-- אז מע וויל, קאָן עס זײַן ניט איבעריק.

-- ווען דער באלעבאָס וויל, אוואדע: ויל ער -- דארף ער, יל ער ניט -- דארף ער ניט.

-- וועגן דעם וויל איך מיט אײַך ריידן.

סימע און די טעכטער ווינטשן אים דערפאָלג. יעכעזקל אָבער ווייסט: אין שטוב איז דער באלעבאָס א ווייכער, אין מיל